אבא

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אבא איז געווען דער טאטע פון שמואל וואס איז געווען דער חבר פון רב פון די ערשטע אמוראים.

אין ירושלמי (פסחים פ"ה ה"ב) שטייט אז זיין טאטע האט אויך געהייסן אבא.

ער ווערט אויך אנגערופן אין ש"ס אבוה דשמואל. ער איז געווען א גבאי צדקה וואס מען האט געהאלטן ביי אים געלט פון יתומים ער זאל זיי היטען (מסכת ברכות די"ח)

ער איז געווען פון די גרויסע תנאים, אין תלמוד בבלי ווערט פארציילט ווי ער האט זיך געפירט לפנים משורת הדין, דער מלאך המות האט זיך באוויזן פאר אים (עבודה זרה ד"כ ע"ב). ער האט באקומען א ברכה פון ר' יהודה בן בתירה ער זאל באקריגן א זוהן וואס זאל זיין אזוי ווי דער נביא שמואל (ילקוט שמעוני שמואל רמז ק').

דער נאמען אבוה דשמואל[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עס ווערט פארציילט א וואונדליכע מעשה פאר וואס מען רופט אים "אבוה דשמואל" אין בעל הלכות גדולות און אין תוספות קידושין (דע"ג ע"א), ער איז אמאל אוועק געפארן ווייט פון דער היים, האט אים באגעענט א פרוי וואס זי האט דערקענט אויף אים אז עס וועט ארויס קומען פון אים א גרויסער מענטש, האט זי אים איינגעבעטן ער זאל זיך ליבען מיט איהר און זי וועט אים געבן אסאך געלט, אבער ער האט נישט געוואלט און מיט א הייליגן שם איז ער אנגעקומן צו זיך אינדערהיים און די נאכט האט ער געהאט סעקס מיט זיין ווייב, און איז גראד צוריק אין די ווייטע שטאט. מיט דער צייט האט מען פארציילט פאר בית דין אז די פרוי פון אבא שוואנגערט, און דאס מאן איז נישט דא, האט מען איר גענומען צו בית דין וואו מען האט איהר דן געווען אז זי האט געהאט צוטאן מיט א פרעמדען מאן, און מען האט גע'פסק'נט אז עס קומט איהר מלקות. זי האט נאכדעם געהאט א קינד שמואל דער גרויסע אמורא א תלמיד פון רבינו הקדוש דער ערפינדער פון משניות. שמואל האט פארציילט ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען אין זיין מוטער בויך, און זיין מוטער האט געכאפט מלקות "איך האב זיך געבויגן די קאפ אויף די אנדערע זייט כדי נישט שפירן די קלעפ". דעריבער רופט מען אים אבוה דשמואל מען זאל וויסן ער איז דער אמת'ער טאטע פון שמואל.