אבא בר אבא

פֿון װיקיפּעדיע
אבא בר אבא
געבורט המאה ה־3 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט המאה ה־3 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אבא בר אבא איז געווען אן אמורא, דער פאטער פון בארימטן אמורא אין בבל, שמואל; הייסט דאריבער אין דער גמרא אויך "אבוה דשמואל" ("דער פאָטער פון שמואל"); ער האָט געװאוינט אין דער שטאָט נהרדעא, און איז געווען א רייכער מאן און א גבאי צדקה וואס מען האט געהאלטן ביי אים געלט פון יתומים ער זאל זיי היטן‏[1].

די גמרא דערציילט פון אים א סך מעשיות וועגן זיין טיילן צדקה צו אָרימעלײט. עס ווערט דערציילט אז איינמאָל האָט ער געשיקט זיין זון שמואל מיט א נדבה אָפּצוטראָגע צו אן אָרימער פאמיליע; שמואל האָט געטראָפן די פאמיליע-מענשן ווי זיי האָבן געגעסן פלייש און געטרונקען וויין. ער איז צוריקגעקומען און עס דערציילט דעם פאָטער און דערביי באמערקט, אז דער דאָזיקער פאמיליע דארף מען דעריבער ניט געבן קיין נדבות. דערויף האָט אים זיין פאָטער געזאָגט: אז אויב זיי זענען געוואוינט צו אזעלכע טייערע מאכלים, דארף מען זיי געבן נאָך גרעסערע נדבות[2].

אבא בר אבא איז אויף א געוויסער צייט אװעק קיין ארץ-ישראל, ער פלעגט אויך מאכן רייזעס אין די ווייטע לענדער פון "יענע זייט ים" ("מדינות הים"). אין שפּעטערדיקע קוועלען[3] ווערט דערציילט פאָלגענדע לעגענדע: אבא בר אבא איז אמאָל געווען אין די ווייטע לענדער, האָט ער געטראָפן א כשוף-מאכערין, וועלכע האָט אים פאָרגעלייגט צו לעבן מיט איר, ווייל זי האָט געזען מיט כשוף, אז פון אבא בר אבא דארף יענע נאכט ארויסקומען א גרויסער מאן. װי אבא האָט דאָס דערהערט, האָט ער געזאָגט א שם המפורש, און איז אין אייגנבליק געווען ביי זיך אין נהרדעא, און האָט געלעבט מיט זיין אייגן ווייב, און זי איז מעוברת געװאָרן און האָט אים געבוירן דעם זון שמואל. מיט דער צייט האט מען פארציילט פאר בית דין אז די פרוי פון אבא שוואנגערט, און איר מאן איז נישט דא, האט מען איר גענומען צו בית דין וואו מען האט זי דן געווען אז זי האט געהאט צוטאן מיט א פרעמדן מאן, און מען האט גע'פסק'נט אז עס קומט איר מלקות. זי האט נאכדעם געהאט א קינד שמואל דער גרויסער אמורא א תלמיד פון רבינו הקדוש דער מחבר פון משניות. שמואל האט פארציילט ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען אין זיין מוטער בויך, און זיין מוטער האט געכאפט מלקות "איך האב זיך געבויגן די קאפ אויף די אנדערע זייט כדי נישט שפירן די קלעפ". דעריבער רופט מען אים אבוה דשמואל מען זאל וויסן ער איז דער אמת'ער טאטע פון שמואל.

פון אבא בר אבא זענען פאראן פיל הלכות און אגדות, ער איז געשטאָרבן א קורצע צייט פאר זיין זון שמואל.

אין ירושלמי שטייט אז אבא׳ס טאטע האט אויך געהייסן אבא.‏[4]

ער איז געווען פון די גרויסע תנאים, אין תלמוד בבלי ווערט פארציילט ווי ער האט זיך געפירט לפנים משורת הדין, דער מלאך המות האט זיך באוויזן פאר אים[5]. ער האט באקומען א ברכה פון רבי יהודה בן בתירא ער זאל באקריגן א זון וואס זאל זיין אזוי ווי דער נביא שמואל[6].

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. מסכת ברכות דף י"ח
  2. ירושלמי פאה פּ"ח
  3. "הלכות גדולות" צום סוף פון הלכות גטין, געבראכט אין תוספות קדושין ע"ג
  4. מסכת פסחים פרק ה הלכה ב
  5. עבודה זרה ד"כ ע"ב
  6. ילקוט שמעוני, שמואל רמז ק׳

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]