לדלג לתוכן

ר' נחמן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל

פֿון װיקיפּעדיע

ר' נחמן מברסלב איז געפארן קיין ארץ ישראל אין יאהר ה'תקנ"ח, ער איז דאן געווען א יונגערמאן פון זעקס און צוואנציג יאהר, זיין נסיעה קיין ארץ ישראל איז א באזונדערע פרשה, עס איז געווען גאר אינטערעסאנט. אין יענער צייט האבן זייער ווייניג מענטשן געאמכט א נסיעה קיין ארץ ישראל, אויב איז געווען עטליכע וואס האבן מיט גרויסע שוועריקייטן זיך אונטערגענומען פאהרן קיין ארץ ישראל, איז עס געווען מיט די מיינונג אז זיי גייען שוין דארט בלייבן, אבער פאהרן און דערנאך גלייך צוריק קומען האט זיך געמאכט זייער זעלטן. די וועגן איז געווען זייער איינגעשטעלט, אלעס אויפן וועג איז געווען מסוכן, און מען איז געפארן אזא לאנגער וועג פון יוראפ קיין אזיע נאר ווען מען האט געמוזט. צווישן די תלמידים פון בעל שם טוב איז געווען א אויפוואכונג צו פאהרן, אזוי ווי מען זעהט אז די תלמידים ר' ארון לייב פרעמישלאנער, ר' נחמן האראדענקער דער זיידע פון ר' נחמן מברסלב, ר' מנחם מענדל וויטעבסקער איז ארויף געפארן מיט א גאנצער חבורה בראש מיט זיינן נאנטן תלמיד ר' אברהם מקאליסק, די זענען געווען די ערשטע תלמידים פון בעל שם טוב וואס זענען יא געפארן, אבער סתם המון עם איז כמעט נישט געווען אין ארץ ישראל, דער ישוב איז געווען דארט זייער קליין. דאך האט ר' נחמן געמאכט ביי זיך ער וויל פאהרן קיין ארץ ישראל, און ווען ר' נחמן האט אזוי געמאכט ביי זיך איז שוין נישט געווען קיין צוריק האלט, גארנישט אין דער וועלט האט אים נישט געקענט אפהאלטן, ווייל אין זיין עבודת ה' איז ר' נחמן געווען א ריזיגער עקשן.


זיינע כוונות און טעמים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן מברסלב האט משיג געווען אז אויב פארט ער קיין ארץ ישראל וועט דאס זיין פאר אים א גרויסער שלימות, ער וועט קענען דערמיט ווייטער אויסהאמערין זיין וועג וויאזוי צו דינען גאט ברוך הוא, ער האט אמאל געזאגט מיין זיידע דער בעל שם טוב, און אויך דער גרויסע צדיק ר' נפתלי כ"ץ דער מחבר פון ספר סמיכת חכמים האבן זייער געאוולט זיין אין ארץ ישראל, ווייל דרוך ארץ ישראל קומט מען צו זייער גרויסע השגות, אבער דער ס"מ האט זיך זייער פארלייגט און האט זיי נישט געלאזט, דער בעל שם טוב האט זיך אפגעלאזט ווען מען האט אים מגלה געווען פון הימל אז ער וועט נישט אנקומען, און ר' נפתלי כ"ץ איז נפטר געווארן אינמיטן וועג אין סטאמבול, אבער איך וועל אי"ה פארן און צוריק קומען.

ר' נחמן זעלבסט האט געזאגט אסאך טעמים פארוואס ער וויל אזוי שטארק זיין אין ארץ ישראל, אין די פסח טעג האט ער געזאגט, אז דורך דעם וואס ער פארט קיין א"י ווען ער מקיים זיין אלע תרי"ג מצות, ער וועט צוזאמען נעמען די מצות התלויות בארץ מיט די מצות וואס מען איז מקיים אין חוץ לארץ, און וועט אלעס קענען מקיים זיין בגשמיות, אויך האט ער געזאגט ער וויל פארן קיין ארץ ישראל כדי משיג זיין טיעפע חכמות וואס ווערט גערופן אין די קבלה ספרים חכמה עילאה, ווייל חכמה תתאה האט ער שוין ער וויל האבן חכמה עילאה. אויך האט געזאגט ער פארט קיין א"י ווייל זיין גרויסער זיידע ר' נחמן האראדעקנער ליגט אין ארץ ישראל און ער וויל איינשטעלן א אופן וויאזוי ער זאל קענען זיך טרעפן מיט אים און זיך אויסשמיסען שטענדיג. אויך פאר זיין תלמיד ר' יודל ממעדווידעווקא האט ער געזאגט א טעם פאר וואס ער פארט.

אנגעהויבן האט זיך עס אין ווינטער תקנ"ח ווען ער איז געפארן מיט זיין תלמיד שמעון תלמיד ר' נחמן קיין מעזשביזש, ווען ער האט דארט גענאכטיגט איז אים געקומען זיין זיידע דער בעל שם טוב אין חלום און אים געזאגט ער זאל פארן קיין קאמעניץ, ר' נחמן איז תיכף פון דארט געפארן קיין קאמעניץ, ער האט דארט גענאכטיגט איין נאכט, די חסידישע וועלט אין אוקראינע האט געקומעט אויף די נסיעה פון ר' נחמן קיין קאמעניץ זייער אינטערעסאנט, און אסאך פשטים האט מען דערין געלערנט אבער ר' נחמן פלעגט מאכן ווערטליך פון די אלע פשטים, ער האט געזאגט קיינער האט נישט צוגעטראפען מיינע כוונות.

עס ווערט פארציילט אז אין יענער צייט איז געווען א גזירה פונעם מלכות אז קיין שום יוד טאר נישט נעכטיגן אין קאמענמיץ, ווען עס וויל מאכט געשעפטען אין קאמעניץ וואס איז דאן געווען א גרויסע שטאט צו מאכן מסחר, דער קען קומען אבער ביינאכט טאר מען נישט פארבלייבן אין שטאט, אין דעם טאג וואס ר' נחמן איז געקומען קיין קאמעניץ האט ער געזאגט פאר זיין בייגלייטער די גיי ארויס פון שטאט איך וויל דא בלייבן, אזוי איז געווען, פון יענעם טאג אן איז די גזירה בטל געווארן. אין די היסטאריע ביכער פון אוקריינא שטייט אז אז אין יענעם טאג האט דער קיסר פאלוס מבטל געווען דעם באפעל, דאס יאהר איז געווען 1797.

ווען ר' נחמן איז צוריק געקומען פון קאמעניץ האט ער געזאגט: אצינד וויל איך פאהרן קיין ארץ ישראל, ער האט גלייך געזאגט א וואונדערליכע תורה אויפן פסוק: דבקה נפשי אחריך. ווען ער איז צוריק געקומען פון קאמיניץ איז נפטר געווארן ביי ר' נחמן א קליין קינד, האט ר' נחמן געזאגט אזעלכעס און אזעלכעס בין איך גרייט עס זאל ח"ו געשען ביי מיר צוליב איין חילוק וואס איז ביי מיר געשען פאר איך בין געווען אין קאמיניץ און נאך דעם. אויך האט ער געזאגט ווער עס ווייסט פארוואס ארץ ישראל איז קודם געווען אין די האנט פון כנען און דערנאך איז עס אריבער צו די אידן, דער ווייסט פארוואס קודם בין איך געפארן קיין קאמיניץ און דערנאך קיין ארץ ישראל.

ערב פסח יענע יאהר ווען ר' נחמן איז ארויס געקומען פון דער מקוה האט ער געזאגט פאר זיין באגלייטער היי איהר וועל איך זיכער זיין אין ארץ ישראל, פסח האט ער געזאגט תורה אויפן פסוק ושבילך במים רבים ועקבותיך לא נודעו, פון יענע תורה האט די חסידים פארשטאנען אז ער גייט זיכער פאהרן קיין א"י. אין די צייט נאך פסח איז ר' נחמן זייער פארקאכט, ער האט זיך געדרייט אין שטוב ארויף און אראפ פארטראכטערהייט און זיך פאר'דביקות'ט שטארק, מען האט געזאגט אז ער מאכט גרויסע הכנות צו פארן קיין ארץ ישראל. זיינע קינדער האבן דאס געהערט האבן זיי זיך געזארגט פאר אים און אויך פון ווי וועלן זיי זיך דענעהרן אין די צייט וואס ער איז נישט אין דער היים, ר' נחמן האט אבער געענטעפרט מיט מסירות נפש איך מוז פאהרן קיין ארץ ישראל ווארן די גרעסטע העלפט פון מיר איז שוין דארט, און האט געזאגט פאר זיין טאכטער שרה אויך דיך וועט דיין צוקונפטיגער שווער ר' לייב דאבראוונער רחמנות האבן, די גרעסערע שוועסטער אדל ווען זיך פארדינגען פאר א משרתת, איך מוז אבער פאהרן איך וועל מוזען פארקויפען אלעס וואס איך האב ווייל איך מוז זיין אין ארץ ישראל. ר' נחמן האט דאן געזאגט איך ווייס ווי שווער עס וועט מיר אנקומען צו פאהרן קיין ארץ ישראל, דער ס"מ וועט איבערדרייען די גאנצען וועלט, ער וועט אנשטעלן א גרויסע מלחמה, עס וועט אויסברעגן מלחמות צווישן גרויסע קעניגרייכן כדי איך זאל נישט אנוקמען קיין א"י, אבער ביז ווי לאנג איך האב איך מיר א לעבדיגער גייסט, וועל איך זיך מוסר נפש זיין און אוועק געבען אלע מיינע כוחות צו פאהרן קיין א"י, אויף יעדער טריט פון דער נסיעה וועל איך האבן מסירות נפש, ווען זייע תלמידים און חסידים האבן דאס געהערט האבן זיי פארשטאנען אז מען קען אים נישט אפהאלטן, עס האט זיך געמאכט א משלחת און תיכף זענען געפארן ארום צו פארמעגליכע לייט און גרויסע עשירות און מען האט צוזאמענגעשטעלט גרויסע סומעס געלד פאר זיין נסיעה.

ר' נחמן האט גענומען איינע פון זיינע חסידים אלס א מיט פאהרער, ער זאל אים באייגלייטן קיין ארץ ישראל, עס איז דא וואס זאגען אז דאס איז געווען ר' חייקיל חזן (אזוי האט מברר געווען דער היסטאריקער י. ד. פעסטמאן), אנדערע זאגן אז דאס איז געווען דער ברודער פון ר' חייקל וואס האט געהייסן ר' יצחק (אזוי שטייט אין שיח שרפי קודש, און אזוי שרייבט רב שיק אין זיין ווערק "פעולת הצדיק אות קצ"ב). ער איז ארויסגעפארן עש"ק פרשת אמור וואס איז דאן געווען ל"ג בעומר, און איז אין דעם טאג אליין געפארן הונדערט אכט און אכציג קילומטער וואס מיט פערד און וואגען איז דאס אומענגליך צו פאהרן אונטער נאמאלער אומשטענעדן. זיי זענען געקומען ביז דעם שטעטל סאקילע, דארט האט זיך אנפטלעגט צו אים דער גרויסער צדיק ר' מנחם מענדל פון וויטעפסק וואס איז שוין נפטער געווען אין ארץ ישראל אין יאהר ה'תקמ"ח, און האט אים מגלה געווען וויאזוי מען קען שוואך מאכן די וואלן פונעם ים ווען עס בוזשעוועט א שטורעם ווינט אויפן ים (זעט ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' רנ"ו, חיי מוהר"ן). נאך שבת זענען זיי געפארן קיין ניקולייב, פון דארט האבן זיי זיך געזעצט אויף א שיף קיין חרסון, כאטש די שיף איז נישט געווען פאר רייזענעדע מענטשן עס איז געווען א שיף וואס טראגט ווייץ, דאך צוליב די ליבשאפט פון ארץ ישראל איז ער דערמיט געוופארן קיין חרסון, ווי ער איז אנגעקומען עטליכעט טעג פאר שבועות, אויף שבועות האט ער געזאגט תורה אויפן פסוק: יקם סערה לדממה, שבועות פארטאגס איז ער געגגאנעגען אין מקוה און האט דארט משיג געווען הויכע השגות, ער האט מרמז געווען אז ער איז זוכה צו הערן די קולות וברקים פון מתן תורה, און גרויסע השגות פון יראה עילאה (ליקו"מ ח"א סי קמ"ח).


די מלחמה פון נאפאלעאן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז אינטערעסאט צו באמערקן אז די גאנצע צייט וואס רבי נחמן האט געמאכט די נסיעה קיין ארץ ישראל, סיי ביים פארן, סיי ביים דארט זיין, סיי ביים צוריק קומען, האט זיך רבי נחמן באגעגענט מיט דער מיליטער פון נאפאלעאן באנאפארטע, דער הערשער פון פראנקרייך, נאפאלעאן האט דאן געפירט איינע פון זיינע גרעסטע מלחמות, ער האט דאן איינגענומען ארץ ישראל און זיך דארט געוואלט באפעסטיגן, רבי נחמן זעלבסט האט עטליכע מאל ביי עטליכע געלעגנהייטן געלאזט פאלן ווערטער קעגן נאפאלעאן,‏[1] אבער פון די כתבים פון זיין תלמיד רבי נתן מברסלב שטייט נישט ארויס אז ער האט געהאט א ספעציעלע מערכה קעגן אים, איינע פון די היסטאריקער י. ד. פעסטמאן האט געשריבן א גאנצער בוך, וואס צייגט אויף אז רבי נחמן׳ס נסיעה קיין א"י האט אסאך צוטון מיט נאפאלעאן און ווי נאפאלעאן איז אנגעקומען איז רבי נחמן פון דארט אנטלאפן, לויט אים איז ר' נחמן געווען א שטארקער קעגעענר פון דער שיטה פון נאפאלעאן, און האט זיך צוגעשטעלט צו דעם צד פון תלמידי בעל שם טוב וואס האבן לוחם געווען קעגן נאפאלעאן, אבער צווישן די ברעסלווער חסידים ווייסט מען נישט דערפון.

אין יענעם זומער ה'תקנ"ח איז נאפאלעאן ארויס אין קריג אין מיטל מזרח, די וועגן פון אייראפע קיין אזיא איז געווען פיל מיט מיליטער, פיהר טאג אין סיון איז ער באפאלן מצרים, עס איז געווען א פחד צו פאהרן אויף די וועגן, דאך האט ר' נחמן מחליט געווען ווייטער זיך ארויס לאזען אויפ וועג, גלייך נאך שבועות איז ר' נחמן געפארן קיין אדעס די פארט שטאט פון אוקריינא, אנקומענדיג קיין אדעסע האבן די אידן זיך געפרייט אז ר' נחמן איז געקומען צו זיי, אבער ער האט גלייך פון דארטן געדונגען פלאץ אין א שיף וואס פארט קיין טערקיי צו איהר פארט שטאט אינסטאנבול, די מענטשן פון אדעס האבן אים ארויס באגלייט מיט גרויס כבוד און געזאנג צום שיף.

נאך פיהר טאג פארן איז מען געקומען קיין איסטאנבול, דאס פלאץ איז געווען זייער פרעמד פאר זיי, אויך האבן זיי נישט דערקענט א חילוק פון די ספרד'ישע אידן ביז די אראבער, אבער ענדליך זענען זיי צוגעקומען צו די אידישע קווארטעל, זיי האבן דארט געטראפן צוויי אידן פון אוקריינא וואס האבן געהערט פון ר' נחמן, און האבן געקענט זיין בייגלייטער, זיי זענען דאן צוריק געקומען פון ארץ ישראל קיין אוקריינא, ר' נחמן האט אבער אנגעזאגט פאר זיין בייגלייטער ער זאל בשום אופן נישט פארציילן ווער איז, אפילו זיי וועלן אים שטארק מוטשען, און אזוי האט ער טאקע געטוהן, אבער די אידן האבן אים געפרעגט וואס טוטסטו דא, האט ער זיי געזאגט איך פאר מיט דעם יונגערמאן קיין ארץ ישראל, זיי האבן אים זייער געמוטשט צו וויסן ווער ער איז, זיי האבן אים געפרעגט זאג די ביסט דאך א חסיד פון ר' נחמן דער רבי פון מעדוועדיבוקא האסטו זיך דורך גערעדט מיט אים פאר די ביסט געקומען ? האט ער געזאגט אוודאוי האב איך אים געפרעגט אבער זיי האבן אים נישט געגלייבט. די מענטשן זענען געגאנגען רעדן צו ר' נחמן אליין זיי האבן פרויבירט געווארן ווערן ווער ער איז, אבער ער האט זיי מיט גרויס חכמה פארדרייט, זיי האבן בשום אופן נישט געקענט וויסן, זיי האבן אים געזאגט: די רעדסט און פירסט זיך אויף ווי די גרויסע צדיקים פונעם דור ווי רבי ר' ברוך פון מעזעבוז, ווי ר שלום פון פראביטש, אדער ווי ר' נחמן פון מעדווידעוובקא אבער די מאכסט די שטיק די ביסט זיכער נישט איינער פון זיי. ווי עס זעהט אויס האט ר' נחמן געהאט א כוונה נישט צו פארציילן פאר זיי, ווייל ער האט געוואלט זיי זאלן אים פארשעמען און נישט געבן קיין כבוד. ווייל במשך די גאנצע נסיעה האט ר' נחמן געמאכט וואונדעליכע הנהגות און פארשידענע פעולות מען זאל אים פארשעמען און אנקומען ווי א נישט נארמאלער, אלעס ווייל ער האט זיך געוואלט פארשטעלן.

ר' נחמן האט געבעטן די צוויי אידן ווען זיי פאהרן אהיים זאלן זיי מיטנעמען א בריוו פון אים, אבער זיי האבן בשום אופן נישט געוואלט, זיי האבן אבער גענומען א בריוו פון זיין בייגלייטער, ר' נחמן האט דארט אריין געשטעלט זיין בריוו, נאכדעם האבן זיי געעפענעט דעם בריוו, און האבן דארט געפונען דעם בריוו פון ר' נחמן, זיי זענען געווארן זייער דערשיטעטרט דערפון. אהייםקומענדיג זענען זיי נענש געווארן רח"ל, וויבאלד זיי האבן נישט נוהג כבוד געווען מיט ר' נחמן.

אין סטאמבול האט ר' נחמן געמאכט זיין וואונדערליכע הנהגות, עס איז דארט אויף געווען דער גרויסע צדיק ר' זאב וואלף מטשארני-אוסטרהא, א תלמיד פון דעם מגיד פון מעזריטש, ר' נחמן איז אים געגאנגען באזוכן זיי האבן זיך גיט באפריינדט און זיך געפרייעט איינער צו צוייטען, ר' זאב וואלף האט געמאכט א גרויסע סעודה לכבוד ר' נחמן און האט אים מכבד געווען ווי עס פאסט, אבער ר' נחמן האט זיך געפירט דארט זייער מאדנע, אפילו דעם שבת וואס זיי האבן דארט צוזאמען גפראפוועט, האט ר' נחמן זיך בכלל געפירט ווי א רבי נאר ווי פשוטער מענטש, ער פלעגט ארום גיין אן די הוט און רעקן, און האט אסאך גערייכערט זיין לולקא ציבעך, אבער דער צדיק ר' זאב וואלף האט פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין פשוטע זאכן און האט אים זייער מכבד געווען. ר' נחמן איז דארט געגאנגען באזוכן דעם קבר פון ר' נפתלי כ"ץ דער בעל מחבר סמיכות חכמים, ער איז נפטר געווארן אויפן וועג ווען ער איז געפארן פון פויזנא קיין א"י, אין כ"וֹ טבת, אין יאר ה'תע"ט. ער ליגט אין סטאמבול, ווען ר' נחמן איז צורקי געקומען פון זיין קבר איז ער זייער קראנק געווארן, ער איז געלעגן אין בעט א גאנצע נאכט און אויך דער מארגענדיגען טאג, ער איז כמעט נסתלק געווארן,' ר' נחמן האט דאן געזאגט אז ר' נפתלי האט אים געבעטן ער זאל דארט נפטר ווערן צו ליגן לעבן אים, ר' נפתלי האט אים געזאגט; עס איז מיר דא עלענט.

ר' נחמן האט געוויילט אין סטאמבול ביז אינמיטן חודש אלול, און געווארט אז א שיף זאל זיך ארויס לאזן קיין חיפה. אין יענער צייט האט נאפאלעאן מלחמה געהאלטן מיט די ענגלענדער און מיט די אראבער אין מיטללענדישן ים, כ"ח סיון האט נאפאלעאן איינגענומען די מדינה פון מאלטא, שבעה עשר בתמוז איז נאפאלעאן אנגקומען קיין מצרים, א טאג דערויף האט אנגעגרועפן אלכסנדריא און איהר אוועק גענומען פון די ענגלענדער, אבער י"ט אב האבן די ענגלענדער אנגעהויבן א קאנטער מלחמה און האבן פארטריבן די פראנצויזען אין ים פונעם נילוס, כמעט די גאנצע פראנצוזישע פלאטע איז דערטרונקען געווארן דאן. אינמיטן אלול האט זיך דער שיף געגרייט צו פארן, אבער די קהילה לייט אין איסטאמבול האבן נישט געלאזט קיין איין איד פארן אויף א שיף צוליב די סכנה פון מלחמה, ר' נחמן האט דאן גערופען זיין בייגלייטער און אים געזאט וויסן זאלסטו איך וויל זיך מוסר נפש זיין מיט גרויסע סכנות צו פארן קיין א"י, אבער דיך קען איך נישט מפקיר זיין, אויב די ווילסט געב איך דיר וויפיל געלד די ווילסט, פאר צוריק קיין אוקריינא, דאן וועל איך אליין פאהרן אהן די וויסן פון די קהילה פון סטאמבול ווייל מיך בין איך גרייט מפקיר צו זיין, אבער זיין בייגלייטער וואס איז געווען פון זיינע חסידים האט אים געזאגט רבי וויהין איר גייט וועל איך מיט גיין, סיי צו לעבן סיי צום שטארבן אייער פלאץ איז מיין פלאץ. עס האט פאסירט דאן א אינטערעסאנטע זאך, עס איז אויפגעשטאנען א חכם פון די ספרדים פון ארץ ישראל וואס איז דאן געווען אין איסטאמבול און האט איינטאג זיך אנגערופען צו די קהילה, וויסן זאלט איהר עס איז מיר באקאנט געווארן פון הימל אז איך מיז שוין פארן קיין א"י, ווייל עס איז געקומען מיין צייט נסתלק ווערן, און איך מיז שטארבן אין ארץ ישראל, איך זאג אייך צו עס וועט גארנישט פאסירן פאר קיינעם וואס קומט מיט מיר מיר, השי"ת וועט יעדן היטן, און וויבאלד די קהילה האט דאס געהערט האבן זיי מחליט געווען יא צו לאזן מענטשן פארן, און דאן זענען אסאך אשכנז'ישע און ספרד'ישע אידן געפארן מיט א גרויסע שיף פון איסטאמבול, אויך דער רבי מיט זיין בייגלייטער האבן זיך איינגעשריבן און זענען געפארן אויף דעם שיף. עס איז דא וואס צייגן אן אז דער חכם הספרדי איז געווען דער באקאנטער גאון המהרי"ט אלגאזי, ווייל עס איז באוואוסט פאר זיינע לעבענס באשרייבער אז אין יענער צייט אין ער געווען א שד"ר, און אין סוף יאר ה'תקנ"ח איז ער צוריק געפארן קיין א"י.

דער שיף איז ארויס געפארן צוויי און צוואנציג טאג אין חודש אלול, תיכף נאכן ארויס פארן האט אויסגעבראכן א שטורעם ווינט וואס האט געוואקלט און געשאקלט די שיף, די אידן אויפן שיף האבן געזעהן ממש דעם טויט פאר זייערע אויגן, עס איז געווען א נאכט ווי יום כיפור, מען האט געשריגן געוויינט, אבער ר' נחמן האט געזאגט הלוואי זאלט איהר שווייגן און גארנישט טועהן, אזוי איז טאקע געווען ווען זיי האבן אויפגעהערט איז מקוים געווארן דער פסוק יקם סערה לדממה וכו'. נאך צוויי טאג פארן רואיג איז ווייטער געקומען א ווינט, עס איז נישט געבליבן קיין וואסער, אלע אידן האבן ווידער תשובה געטוהן, אבער דער שטורעם ווינט האט אזויפיל געהאלפן אז ביז צוויי טאג איז דער שיף אנגעקומען קיין יפו, ר' נחמן האט געוואלט גיין מיט דעם אויבענדערמאנטן חכם (המהרי"ט אלגאזי) אבער די אראבער האבן אים נישט געלאזט אראפ פון שיף, ווייל אלא אידן דארט האבן אויסגעהן ווי ספרדדים אבער ר' נחמן איז געקומען פון יוראפ, מען האט דערקענט אויף זיינע לאנגע פאות און אויף זיינע בגדים אז ער איז נישט פון איסטאמבול, און די אראבער האבן אים חושד געווען פאר א שפיאן פון די פראנצוזן. די ספרדים האבן געזאגט פארן קאפיטאן אז ער וועט ממילא נישט קענען שטיין אויף דעם פלאץ ווייל זיי האבן א קבלה אז אויף דעם פלאץ האט מען דערטרוקנען יונה הנביא און דעריבער קען זיך קיין שיף נישט אפשטעלן דא, זיי זענען ווייטער געפארן ביז זענען געקומען קיין חיפה, נעבן הר הכרמל, וואס איז פונקט קעגן מערת אליהו, געווען איז דאס די נאכט פון זכור ברית ערב ראש השנה, דער עולם איז געווען זייער פרייליך מען האט געזאגט סליחות און געדאווענט שחרית.

אין דעם טאג ערב ראש השנה איז ר' נחמן אראפ אויף דער טרוקעניש, ער איז געקומען פונקט קעגן די הייל ווי אליהו הנביא האט געבעטן. אין דעמאלטס האט ער זוכה געווען צו דעם וואס ער האט אזוי שטארק געגלוסט, צו דאס הייליגע לאנד וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען דערויף, תיכף ווי ער האט געטראטען פיהר איילן אויף די הייליגע ערד האט ער שוין זוכה געווען צו גאר הויכע השגות אוף אויפגעטוהן אלעס וואס ער האט געוואלט. ראש השנה ביינאכט איז ר' נחמן געווען זייער פרייליך, ער האט געזאגט פאר זיין בייגלייטער וואול איז דיך וואס האסט זוכה געווען צו זיין דא מיט מיר. ער האט אים געבעטן ער זאל פארלייענן פאר אים און מזכיר זיין אלע חסידים און תלמידים וואס האבן מיט געשיקט קוויטלאך. תיכף נאר ר"ה האט ר' נחמן שוין געוואלט צוריק אהיים פארן, ער האט געזאגט ער איז שוין צוגעקומען צו וואס ער האט געוואלט, אבער זיין בייגלייטער האט אים געבעטן ער זאל נאך דא זיין עטליכע טעג ווייל ער וויל נאך ארום פאהרן צו די הייליגע קברים אין א"י, דער רבי האט אים געזאגט נעם געלד צאל אן איינגאבע פאר א נסיעה, א שטיק צייט שפעטער פרעגט אים ר' נחמן האסט שוין איינגעצאלט ? ענטפערעט דער בייגלייטער יא, זאגט אים ר' נחמן זיי מוחל נעם צוריק די איינגאעבע, אויב וויל מען דיר עס נישט צוריק געבן דאן לאז עס דארט, מיר וועלן נישט פארן, עס איז נישט אריבער צוויי דריי שעה און דער בייגלייטער איז זייער קראנק געווארן אין חיפה, דעמאלטס האט מען פארשאטענען פארוואס ר' נחמן האט צוריק געבעטן די איינגאבע.

אין חיפה האט דער רבי געהאט צו טון מיט אן אראבער, ער איז נאך געלאפן דער רבי, און האט זיך בארימעט ער איז א גוטער פריינד מיט אים, דערנאך איז ער איינמאל געקומען מיט א שווערד און אים געוואלט הרג'ענן רח"ל, דער רבי האט געזאגט אז דער ס"מ האט זיך מתלבש געווען אין דער אראבער, ער האט נישט געקענט דערליידן ווי דער רבי האט געהאט אזא הצלחה אנצוקומען קיין א"י.

ווען די חבורה פון רבי מענדעלע וויטעבסקער בראש פון זיין געליבטן תלמיד ר' אברהם מקאליסק האבן געהערט אין טבריה אז רבי נחמן איז געקומען האבן זיי געשיקט שלוחים און אים זייער פארבעטן ער זאל קומען צו זיי, אויף חוהמ"ס איז דער רבי געגאנגען באזוכן די מערה פון אליהו הנביא אין חיפה, דער רבי האט געהאט התעוררות אין דעם הייליגן פלאץ, יאהרן שפעטער האט ער פארציילט "ווען איך בין געווען ביי די מערה האב איך זיך אויסגעמאלט אט דא איז געשטאנען אליהו און געהאט התבודדות". נאך סוכות איז דער רבי נחמן געפארן קיין טבריה, אלע חסידים און אויך די ספרדישע חכמים פון שטאט זענען אים ארויס מקבל פנים זיין, אסאך פון זיי האבן זיך אנגעהטוהן בגדי שבת לכבדו דעם גרויסן גאסט, ער איז איינגעשטענען ביי דעם באקאנטען חסיד פון דעם צדיק ר' מענדל'ע וויטעפסקר, הרב ר' צבי הארקער זצ"ל, אסאך מקובלים און עובדי ה' זענען אים געקומען דארט מקבל פנים זיין און האבן געהערט פון אים אסאך סודות התורה. רבי נחמן האט זיך דארט משדך געווען מיט דעם חסיד ר' משה דער זוהן פון ר' מענדעל מוויטעפסק זצ"ל, זיין דריטע טאכטער מרים מיטן זון פון ר' משה. אין טבריה האט רבי נחמן געהאט צוטעהן מיט א מסור, איינער וואס האט אויסגעטיילט גרויסע צרות פאר די חסידים, ער האט זיי פאר'מסר'ט פאר די פאשא און די ארבישע הויפטן, רבי נחמן האט געשפילט מיט אים ווי ער האלט ער איז א חשובע איד, ביז צום סוף איז דער מסור דארט געשטראבן. רבי נחמן האט באזוכן ביים דעם קבר פון דעם גרויסן צדיק רבי נחמן האראדענקער זיין זיידע. פון דארט זענען זיי געפארן קיין מירון און געווען ביים דעם קבר פון ר' שמעון בן יוחאי, רבי נחמן איז דארט געווען זייער פרייליך, ער האט געזונגען און געטאנצט א גענצע נאכט פון דארט איז ער געגארנגען צום מערת ר' כרוספדאי, פון דארט צום א מערה פון דעם ינוקא פון זוהר. רבי נחמן האט דאן אפגעמאכט אז וויל שוין אהיים פארן, און האט געזאגט פאר פאר זיין בייגלייטער ער זאל פאהרן קיין חיפה דונגען פלאץ אין א שיף צוריק, אנקומענדיג קיין חיפה איז אנגעקומען א שיף פון חוץ לארץ, אויפן שיף איז געווען דער גרויסער צדיק רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער פון די תלמידים פון מגיד פון מעזריטש, אויך זענען דארט געווען עטליכע שד"ר וואס האבן געברענגט געלד פון חוץ לארץ פאר די א"י אידן, וויבאלד יעדער האט דאן מורא געהאט פון דעם אויבעדערמאנטן מסור וואס האט זיך געמאכט פאר א עהרליכן איד און האט פאר'מסר'ט פאר די אראבער אז אידן ברענגן געלד אהן צאהלן הויכע צינזן, האבן זיי געבעטן דעם שליח פון רבי נחמן ער זאל זיי העלפן, רבי נחמן האט שוין געהאט גוטע באציאונגן מיט דעם מסור, דעריבער האט דער בייגלייטער איבערגענומען די געלד, און איז צוריק געפארן קיין טבריה, ער האט דאס פארציילט פאר רבי נחמן האט רבי נחמן געזאגט זעהט אויך אז עס איז דער רצון השם מיר זאלן נאך בלייבן אביסל אין א"י.

אין טבריה האט דאן געפירט די חסידישע חבורה דער גרויסער צדיק רבי אברהם קאליסקער, רבי נחמן איז דאן זייער נאנט געווארן צו דעם צדיק, זיי האבן זיך שטארק באפריינדעט. רבי נחמן האט שטאק משבח געוען דעם צדיק, און האט געזאגט עס זענען דא אסאך צדיקים, אבער שלימות האב איך געפונען ביים דעם קאליסקער צדיק. אין יענער צייט איז פארגעקומען די באקאנטע חסידישע מחלוקה צווישן דער קאליסקער און דער בעל התניא ר' שניאור זלמן מלאדי, צוליב דעם וואס די צדיקים האבן געהאט חילוקי דעות וויאזוי מען זאל צוטיילן די געלד וואס עס קומט ארויף פון חוץ לארץ, דער קאליסקער האט זיך אויסגערעדט פאר רבי נחמן, און ווען דער צדיק רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער איז אנגעקומען קיין טבריה האט ער קודם מיטגעהאלטן מיטן בעל התניא, דאס האט געברעגנט חילוקי דעות צווישן אים און דעם קאליסקער, ווען רבי נחמן איז דארט געווען האט ער געמאכט שלום צווישן די צוויי צדיקים, און מען האט געמאכט א גרויסע סעודה ווי די דריי גרויסע צדיקים. דער קאליסקער, ר' יעקב שמשון און רבי נחמן זענען געזעסן, ביי יענער סעודה האט רבי נחמן געזאגט א שטארקער בליציגער געדאנק אין דעם ענין פון יהא מונח עד שיבוא אליהו (ב"מ לז.), וואס האט אלעמען באנומען יעדער האט עס באוואונדערט (דער חידוש איז געדרוקט אין שבחי הר"ן, אויך טשעהרינער רב דערמאנט עס באריכות אין זיין ספר פרפראות לחכמה).

רבי נחמן האט זיך בלית ברירה אויף געהאלטן אין טבריה ביז חודש שבט, אין יענער צייט האט געבוזשעוועט די גרויסע מלחמה פון נאפאלעאן אין ארץ ישראל, סוף אדר האט נאפליון איינגענומען דער פארט שטאט יפו, ווען נאפאלעאן האט איינגענומען צפת איז רבי נחמן דאן געווען אין צפת, רבי נחמן איז שנעל אנטלויפן פון דארט, ער האט מחליט געווען אז מוז שוין צוריק גיין, האט ער געשיקט א שליח קיין עכו, דונגען פאר אים א שיף, אבער מורא האבענדיג אז די פראנצויזן וועלן אים פאנגן, האט ער געדונגען א שיף פון רגז, דאס איז א חלק פון איטאליע, און אין יענער צייטן האט א פאן פון רעגעז געדינט אזוי ווי היינט צו טאג א פאן פון די יוע"ן, אז וויבאלד מען זעהט א פאן פון רעגעז איז דאס אן אינטערנאציענלע געזעץ אז מען טאר נישט ארויף אויף דער שיף. און כאטש דער קאליסקער האט שטארק געבעטן רבי נחמן ער זאל נאך בלייבן האט ער שוין נישט געוואלט נאר זיך געאיילט קיין עכו.

אויפן וועג צוריק אהיים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען האט געדונגען א פלאץ אינעם שיף, ר' נחמן איז אנגעקומען צום שיף אין יפו ערב שבת פרשת זכור, אבער דער קאפיטאן האט אים געזאגט אז דער שיף איז שוין פיל מיט מענטשן ער האט שוין נישט קיין פלאץ פאר אים. בלית ברירה איז ר' נחמן געבליבן אויף שבת אין שטאט, אינמיטן שבת האט מען פארשפארט די טויערן פון שטאט, און די אראבער מיט טורקישע מיליטער האט איבער גענומען די שטאט און עס צוגעגרייט פאר די ענדגילטיגע שלאכט מיט נאפאלעאן.

שבת אינמיטן דאווענען אין בית המדרש איז געקומען א מעקלער וואס פארקויפט בילעטען און האט געזאגט פאר ר' נחמן אז מען קען שוין נישט טרעפן קיין שיף פון רעגעז, אבער מען מוז זיך ארויס זעהן פונעם שטאט, ווייל די פראנצוזען קומען אהן, און עס גייט זיין מאסן שחיטות רח"ל, דעריבער איז ער געלאפען און געקויפט אים שבת צוויי בילעטן פאר ר' נחמן און זיין בייגלייטער, זונטאג איז אנגעקומען די פראנצוזען קיין אלכסענדריא די שטאט איז געקומען אונטער אטאקע, עס האט געהערשט א תהו ובהו, זיי זענען געגאנגען זוכען דעם שיף וואס זיי האבן געדונגען, איבאראל איז פיל געווען מיט מיליטער, עס האט זיך אנגעהויבן די שלאכטן, און דא דרייט זיך ר' נחמן מיט זיין באגלייטער אין די גאסן נישט טרעפענדיג זייער שיף, בקיצור על פי טעות זענען זיי ארויף אויף א צ צווייטער שיף, דאס איז געווען א אנגעלאדענטער אראבישער מלחמה שיף, עס האט דארט געוועלטיגט א גרויסע אראבישער גענעראל מיט זיינע הונדערטער סאלדאטן, ר' נחמן האט זיך געבעטן ביי די סאלדאטן און ביים קאפיטאן זיי זאלן אים אראפ לאזן פונעם שיף, אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערן, ביז ווי וואס ווען האט זיך דער שיף גענומען רירען, און ר' נחמן איז אפגעפארן מיט די קריג שיף קיין איסטאמבול. דער וועג איז געווען זייער א שווערער, קודם האט די שיף געשאסן מיט באמבעס און הורמאטיס, די מענטשן די אראבער אויפן שיף זענען געווען פרימיטיווע און האבן זיך נישט אומגעקקוט אויף ר' נחמן, זיי האבן דארט גארנישט געהאט צו עסן, און ביידע זענען זייער נישט געזונט געווארן, דער קעכער פונעם שיף האט רחמנות געהאט אויף זיי און האט זיי געגעבן יעדן צופרי און ביינאכט שווארצע קאווע. אינמיטן וועג האט אויסגעבראכן א שטורעם ווינט ואס האט פארבלאנזשט די שיף זיי זענען אנגעקומען צו א שטאט אין טורקיי וואס האט דאן געהייסן "אדל" (היינט הייסט עס אנטוליה), דארטן האבן געוואונט זייער פרימיטיווע פעלקער וואס האבן פיינט געהאט אידן, ווען עס איז צו זיי אונטערגעקומען א איד האבן זיי אים גע'שכט'ן רח"ל, ווען זיי האבן דאס געהערט האבן זיי זיך בהאלטן פאר גאנצע דריי טעג, נאך דריי טעג איז נאכאמאל געקומען א שטורעם וויינט, די ווינט האט אפגעריסן די שיף פון אים פלאץ און זי האט זיך פון זיך אליין געריקט אויפן וואסער, דער שיף איז געווארן געלכעכרט דער גאנצער אינטערשטער חלק פונעם שיף איז געווארן פויל מיט וואסער, עס האט אויסגעזהן ווי דיי וואהלן פונעם וואסער זענען ווי ריזיגע וואסער בערג, דער רבי מיט זיין בייגלייטער וואס זענען געווען באהאלטן אינטען אינעם שיף, האבן נישט געזעהן פאר זיך נאר וואסער, אזוי ווייט אז די וואלן פון שטורעם האט שוין זיך געגעבן אויפן גאנצען אונטושטן חלק פונעם שיף, ר' נחמן האט אינזינען געהאט די גאנצע צייט גרויסע כוונות, ער איז געווען פארטראכט און פאר'מוח'ט, ביז ענדליך איז עס שטיל געווארן.

געפאנגען ביי די אראבער

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז דאן געווען פאר פסח, ר' נחמן האט זיך זייער געזארגט ווי מען וועט עסן אויף פסח, אין איינע פון די שטעט וואס זיי זענען געקומען האט ר' נחמן געגעבן פאר איינע פון די אראבער א סכום געלד, ער זאל קויפן פירות, דער אראבער האט געברענגט באקסער, ר' נחמן האט געזאגט, ביז דערווייל איז דאס גיט צו עסן אויף פסח, אבער איך האף השי"ת וועט העלפן און אונז מזכה זיין מצה און וויין פאר די פיהר כוסות, אבער זיי האבן אנגעהויבן גיט זיך צוקוקען און האבן פארשטאנען וואס די אראבער ווילן טוהן מיט זיי, ווייל די אראבער זענען געווען מיליטער לייט, און זיי האבן געהאט א חשבון אוועק פארן מיטן רבין און זיין בייגלייטער צו א גאר ווייטע מדינה און זיי פארקויפען פאר א גוי פאר קנעכט, דער רבי האט שפעטער דערציילט אז ווען ער האט זיך געקלערט דערין איז אים געפאלן א גרויס פחד אפשר וועט ער זיין ביי א פלאץ ווי עס געפונען זיך נישט קיין אידן וויאזוי וועט ער קענען מקיים זיין די תורה, ער האט דערין גוט אריין געטראכט און ער איז צוגעקומען מיט א גרויסע פרייליכקייט און לעבדיקייט, ער האט זיך געמאכט אזא סארט חשבון, וויאזוי האבן די אבות הק' אברהם יצחק און יעקב געקענט דינען השי"ת אהן די מצות, דאס איז נאר דערפאר אז זיי האבן זוכה געווען צו א געויסע מאס דביקות און השתוקקות, גיגועין כיסופין גליסטענישן וויאזוי צו דינען השי"ת (עיין ליקו"מ ח"א סי' קמ"ב), צוביסלעך איז ר' נחמן צוגעקומען צו אזא שטארקע השגה אז מען קען דינען השי"ת אפילו מען קען נישט מקיים זיין קיין שום מצוה ווייל מען איז א אונס, מען קען זיין דבוק צו השי"ת דורך יעדע גשמיות זאך, און די מינוט וואס ר' נחמן איז צוגעקומען צו די השגה דאס איז געוען פערצן טאג אין חודש ניסן, דעמאלטס האט די שיף גאנקערט אין די שטאט רודוס נעבן טערקיי, דאס איז א גרויסע שטאט ווי עס האבן געוואונט אסאך ספרד'ישע אידן. ר' נחמן איז געווארן זייער פרייליך, כאטש ער האט פארשטאנען אז די אראבער ווילן אים פארקויפן פאר א קנעכט, דאך האט זיך געפרייעט אז ער וועט קענען דא האבן מצות און וויין אויף פסח.

ר' נחמן מיט זיינע בייגלייטער זענען געגאנען בעטן דעם שיפס קאפיטאן ער זאל זיי לאזן אראפ אויף די טרוקעניש, זיי ווילן דא קויפן עפעס צו עסן, השי"ת האט דאן צומישט דעם הויפט קאפיטאן און ער האט זיך אנגערופען, נו זאל איינער פון אייך גיין, איז דער בייגלייטער געגאנגן, דער קאפיטאן האט מיטגעשיקט אן אראבער כדי ער זאל נישט אנטלויפן, ער איז אנגעקומען צו רב פון יענער שטאט, און צו איינער וואס שטאמט פון אוקראינע (דער שוואגער פון ר' צבי הארקער),

דער באלייטטער האט זיי פארציילט אז זיי זענען אזוי ווי געפאנגען ביי די אראבער, ער האט פארציילט אלע שוועריקייטן וואס זיי האבן מיטגעמאכט אויפן וועג, דער רב האט זיך גלייך גענומען צו דער ארבעט און האט זיך פארשטענדיגט מיטן שיפט קאפיטאן.

דערנאך האט אים דער חכם געזאגט, וויסן זאלסטו אז איהר האט געהאט גרויסע ניסים, ווייל דער שיפס קאפיטאן איז א באקאנטער וואסער רויבער, ער פאנגט מענטשן און פארקויפט זיי, ער איז א גרויסער רשע און האט פיינט אידן, ער איז זייער באקאנט דא, ער זאגט אז ער שטאמט פון די פינף סרני פלשטים (וואס ווערן דערמאנט אין נ"ך שמואל), און אזוי איז זיין חתימה, מיט אויסער געוויינליכע סייעתא דשמיא זענט איהר ניצול געווארן פון זיינע הענט, עס איז ממש נישט פארשטענדליך ווי ער האט אייך געלאזט קומען אהער, ווייל ער וואלט ווען נישט געטארט פארציילן פאר קיינעם אז איהר געפונט זיך ביי אים, אבער ער זאגט אז וויבאלד איהר זענט שוין געקומען אין שטאט וועט ער אייך ארויסלאזן, אבער מען מוז אים געבן דערפאר גרויסע געלטער. ער האט אים געפרעגט ווער איז דיין בייגלייטער, זאגט ער אים, איהר האט געהערט פונעם בעל שם טוב ? זאגט ער יא, איך לערן דא די ספרים פונעם תולדות יעקב יוסף, זאגט אים דער בייגלייטער איהר זאלט וויסן ער איז זיין אייניקעל, דער חכם האט זיך זייער געפרייעט דערמיט און געזאגט אז אפילו מציל זיין פון פדיון שבוים סתם אידן איז אויך א מצוה כל שכן אזעלכע מענטשן.

ער האט אים געזאגט נעם דיך וויין און מצות און אסאך צועסן, גיי צוריק אויפן שיף, האב נישט קיין מורא איך זאג דיר צו אז גלייך נאך די ערשטע טעג פסח וועל איך אייך באפרייען, ווען דער בייגלייטער איז צוריק געקומען צום שיף פון ר' נחמן האט זיך ר' נחמן זייער געפרייטע ער האט געזאגט, ברוך השם איך זעה דיך ביים לעבן, איך האב א גאנצע צייט געטראכט זיי האבן דיך גע'הרג'ט, זיי האבן דיך אפשר אריין געווארפען אין ים, ברוך השם די לעבסט, דער בייגלייטער האט אים אלעס פארציילט, דער רבי האט זיך שטארק געפרייעט. די ערשטע טעג פסח מיט די סדרים זענען זיי געווען אויפן שיף, דער ערשטער טאג חול המועד איז דער בייגלייטער אריין אין שטאט, דער חכם האט אים געזאגט די ערשטע זאך נעמט אייער געלד וואס איהר האט ביי איים און באהאלט דאס כדי די אראבער זאלן עס נישט צו נעמען, דערנאך איז דער חכם געגאנגען מיט צוויי גרויסע עשירים פון שטאט צום שיפ'ס קאפיטאן און האט אים געזאגט די האסט צוויי אידישע נפשות ביי דיר אויפן שיף געב זיי ארויס, האט זיי דער קאפיטאן געענטפערט אזוי ווי לבן האט געזאגט פאר אליעזר מה' יצא הדבר, איך האב דאך זיי געהאט ביי מיר, איך האב שוין געהאט אסאך חשבונות זיי צו הרג'נן אדער צו פארקויפן, וואס האט דאס צו אייך זיי זענען דאך געווען וואכן לאנג אויף מיין שיף איך האב זיי קונה געווען, אבער וואס קען איך טועהן מיין שכל איז געווארן פארדרייט און משוגע אז איך האב מסכים געווען זיי אראפ צו לאזן, דעריבער גיט מיר געלד, כדי מיינע סאלדאטן אויפן שיף זאלן מסכים זיין און נעמט זיי ! אזוי זענען זיי געווארן באפרייט. די רבנים פון שטאט האבן אויפגענומען ר' נחמן זייער פרייליך, ר' נחמן האט זיי געוואלט צוריק געבן די געלד וואס זיי האבן געגעבן פארן שיפס קאפיטאן אבער זיי האבן דאס נישט געוואלט נעמען, זיי האבן געוואלט האבן די מצוה פון פדיון שבוים.

מען קומט אן אין אוקריינא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך פסח זענען זיי געפארן מיט א שיף קיין סטאמבול, זיי זענען דארט געווען לערך צען טעג, פון דארט זענען זיי געפארן קיין גאליטי א פארט שטאט פון רומעניע, פון דארט קיין גלץ, אין גלץ זענען זיי געווען אויף שבועות. פון דארט זענען זיי אריבער אין אוקריינא זיי זענען אזוי געפארן ביז אויף שבת פרשת בהעלותך זענען זיי אנגעקומען קיין טעפליק, פון טעפליק קיין אומאן, קאניבלאד, שפאלע, ליאדי, נעסכיז.

אויפן וועג פון קניבלאד און ליאדי איז ר' נחמן אנגעקומען צו דעם שטעטל שפאלע, דארטן איז געווען דער שפאלער זיידע, דער זיידע האט זיי אויפגענומען מיט גרויס כבוד, ער האט איינגעארדענט א גרויסע סעודה לכבוד דעם גרויסן גאסט, ר' נחמן מיט שפאליער זיידע זענען נאך דאן געווען זייער בידידות, דער זיידע האט גערופען אלע באקאנטע און חסידים פון זיין שטעטל צו דער סעודה, ביי די סעודה האט ער געזאגט איהר ווייסט דאך אז איך עס קיינמאל נישט קיין ספעציעלע סעודה באנייכט, נאר וויבאלד ער עס געקומען אצינד אזא חשובע דערהויבענע גאסט, וואס איז ביי מיר זייער טייער, דעריבער עס איז ביי דער סעודה, איך פריי זיך אזוי שטארק צו דעם גאסט, אז איך ווייס נישט וואס צו טון פאר שמחה (אזוי פארציילט דער ספר חיי מוהר"ן נסיעתו לארץ ישראל).

ווען ר' נחמן איז געווען אין ארץ ישראל האט ער זיך געטראפען מיט דעם צדיק ר' אברהם מקאליסק, און אזוי ווי עס איז דעמאלטס געווען שטארקע מיינונגס דיפערענצען צווישן דעם קאליסקער און דער בעל התניא ר' שניאור זלמן מליאדי, האט ר' נחמן געזאגט פארן קאליסקער ער וועט פרויבירן שלום מאכן צווישן זיי, דעריבעהר אצינד גלייך ווען ער איז אנגקעומען קיין אוקריינא, האט ר' נחמן שוין געמאכט א ניסעה קיין ליאדי.

דער בעל התניא האט זייער מכבד געווען ר' נחמן, דער תניא האט מכבד געווען ר' נחמן צו זאגן תורה, אבער ר' נחמן האט נישט געוואלט, האט ער זיך גענומען צו זאגן תורה, דער תניא האט דאן געזאגט זיבן שעה אין א צי חסידות, ער האט מבאר געווען זייער טיעפע ענינים ווי זיין סדר איז דאן געווען. צו סוף האט ער געזאגט פשט אין פסוק: רחמיך רבים ה', עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר רבונו של עולם, זייער ווייניג פארשטייען דיך, זייער ווייניג דינען דיך, ר' נחמן האט זייער געלויבט דאס ווארט און האט געזאגט: מיט דעם האט ער צו געטראפן, ר' נחמן האט געשמועסט מיטן בעל התניא א לאנגע צייט (עס איז באשריבן אין ספר חיי מוהר"ן, און אין ספר בית רבי פון חב"ד).

א יאהר דערויף אין יאהר תק"ס ווען דער קאליסקער האט געהערט אז ר' נחמן האט מקיים געווען וואס ער האט צוגעזאגט, האט ער געשיקט א בריוו צו ר' נחמן און אים זייער באדאנקט פאר זיין ארבייט, ער גריסט זיך מיט אים, אויך זיינע איינקלעך גריסן ספעציעל ר' נחמן, דער בריוו איז געדרוקט אין ספר חיי מוהר"ן.

פין ליאדי איז ר' נחמן געפארן קיין נעשכיז, צו באזוכען דעם אלטן נעשכיזער צדיק, ר' מרדכי פון נעשכיז, ר' מרדכי איז שוין דאן געווען גאר אלט, און זייער נישט געזונט, ר' נחמן איז אנגעקומען צו אים פינף טעג פאר זיין פטירה, ר' נחמן האט זיך זייער געאייילט צו פארן, ווייל ער האט אים נאך געוואלט טרעפן ביים לעבן.

ווען ר' נחמן איז אנגעקומען האט זיך ר' מרדכי זייער געפרייט צו אים, ר' מרדכי איז דאן שוין געלעגן א גאנצען טאג אין בעט, ער איז אין יענער צייט געווען אזוי שוואך אז זיין גוף האט נישט פארטראגן דעם שיין פון די זוהן, א האלב יאהר אין א צי איז ער געלעגן אין א פארמאכטע צומער און זיך נישט כמעט גערירט, ער האט אויך נישט געקענט עסן קיין שום עסן ווארג נאר ספעציעלע געזופטע עסן ווייל אפילו די שמעק פון עסן האט אים געשאדט, אבער אינטערעסאנט איז אז ווען דער נעשכיזער האט געהערט ר' נחמן קומט צו אים האט ער זיך געשטאררקט און איז געווארן זייער פרייליך, ער האט געזאגט פארן שליח די האסט מיר ממש לעבעדיג געמאכט, ער האט אויפגענומען ר' נחמנ'ס זייער שיין מיט גרויס כבוד און עהרע, מען האט געפראוועט א חסידישע טיש און א גרוסע סעודה, ר' נחמן האט דארט געהאט א לענגערע שמועס מיט ר' מרדכי, זיי האבן געשמועסט פון טיעפע ענינים פון קבלה און מעשה מרכבה. ער האט דאן געזאגט אז כאטש ער איז שוין נישט געזעסן ביי א טיש א לאנגע צייט אבער "אהבה מקלקלת השורה" און לכבוד ר' נחמן איז עפעס אנדערש.

ר' מרדכי האט זייער געבעטן ר' נחמן, און ר' נחמן איז פארבליבן אויף שבת אין נעשכיז, נאך שבת האט דער צדיק פון נעשכיז געשיקט א סכום געלד צו ר' נחמן פאר פדיון נפש. עס ווערט געברענגט אין ספר זכרון יצחק אז ר' מרדכי האט דאן געזאגט: איך זאל מעהר נישט באשאפן ווערן נאר אז ר' נחמן זאל ביי מיר איבער טרעטן די שוועל איז אויך גענוג.

פון דארט איז ר' נחמן געפארן קיין אליק צו דעם צדיק ר' צבי אריה מאליק, א תלמיד פון דעם מגיד פון מעזריטש, ר' צבי אריה האט אים זייער מכבד געווען און האט געשמועסט מיט אים זייער טיעפע ענינים אין קבלה און אין מעשה מרכבה.

ח"א סי' קפ"ו

אינמיטן זומער פרשת חקת צען טאג אין חודש תמוז, איז ר' נחמן צוריק אנגעקומען צו זיינע חסידים צו זיין הויזגעזונד אין מעדווידעבווקא.

יענעם שבת האט ער געזאגט א וואונדערליכע תורה אויפן פסוק כי תעבור במים אתך אני (ישעיה מג, ב) ר' נחמן האט זיך זייער געפרייט, און די תורה איז געווען זייער טייער און זיינע אויגן, דער תורה איז געדרוקט אין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן ח"א סי ע"ג.

  1. ליקו"מ ח"ב סי' כ"ט כסף נבחר לשון צדיק ר"ת פרנק, און בשעת ער האט דערציילט די מעשה פון בעל תפלה אין סיפו"ע מעשה י"ב