קרימער מלחמה
מראה
די קרימער מלחמה (אקטאבער 1853 – פעברואר 1856), אויך גערופן די מזרחדיקע מלחמה (רוסיש: Восточная война), איז געווען א מלחמה צווישן דער רוסלענדישער אימפעריע אויף איין זייט און דער פראנצויזישער אימפעריע, דער בריטישער אימפעריע, דעם קעניגרייך פון סארדיניע און דער אטאמאנישער אימפעריע פון דער צווייטער זייט. בעיקר האט מען געקעמפט אין דעם קרימער האלבאינזל, אבער אויך אין מערב טערקיי, און ארום דעם באלטישן ים.