קערהאנקסאן
מראה
קערהאנקסאן איז א דארף אין אלסטער קאונטי וואס געפינט זיך אין ניו יארק.
יודן אין קערהאנקסאן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די ערשטע יודן זענען אהער אנגעקומען ארום דעם יאר תר"ס.
אין יאר תרס"ו איז שוין דארט געווען א "יידישע פארמערס פארבאנד" מיט זיבן און פופציג מיטגלידער.
זיי פלעגן פארן דאווענען קיין עלענוויל וואו די שול דארט איז געווען פון די ערשטע אין דער געגנט.
אין חנוכה פון יאר תרפ"ד האבן זיי באנייעט אן אייגענע שול אויפן שטח פונעם ארטיגן קצב לואיס שפיגל.
היינט צו טאג איז נאך דא פערציג יודישע פאמיליעס אין קערהאנקסאן און דער שטאט פון ניו יארק האט ארויפגעלייגט די ארטיגע שול אויף דער ליסטע פון נאציאנאלע איינגעשריבענע היסטאישע ערטער.