לדלג לתוכן

קובא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קיובע)
קובאַ
Cuba
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט צפון אמעריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך שפאניש
הויפּטשטאָט האוואנע
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ראאול קאסטרא
ראאול קאסטרא
אומאפהענגיקייט
- געווארן א רעפובליק (פון די פאראייניגטע שטאטן)

20סטן מיי 1902
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
109,884 קוואַדראַט ק"מ
104
נישטיק
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

11,239,004
78
102.3 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע 254.865 ביליאן (55סט)
וואַלוטע פעסא
צײַט זאָנע UTC - 5
אינטערנעט דאָמען cu.
טעלעפֿאָן קאָד 53+

דאס קובאַ, אפיציעל די רעפובליק פון קובא (שפּאַניש: República de Cuba) איז א קליין אינזל לאנד, וואס פארשטעלט זיך פון דעם הויפט אינדזל קובא, דער איסלא דע לא כאוווענטוד און א פאר קליינע ארכיפעלאגן. קובא איז פלאצירט אין די צפון קאראאיבן וואו דער קאראיבישער ים, דער איינגאס פון מעקסיקע און דער אטלאנטישער אקעאן קומען צוזאמען. עס איז דרום פון סיי דעם אמעריקאנישן שטאַט פלארידע און סיי די באהאמאס, מערב פון האיטי און צפון פון דזשאמייקע.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז האוואנע; אנדערע וויכטיגע שטעט זענען סאנטיאגא דע קובא און קאמאגע. קובא איז דאס גרעסטע אינזל אין די קאראאיבן, מיט א שטח פון 109,884 קוואדראט קילאמעטער, און דאס צווייט־מערסט באפעלקערטע נאך היספאניאלא, מיט מער ווי 11 מיליאן באוואוינער.

מען קען צוקומען פון מיאמי א וועג פון ניינציג מייל דורכן ים, אויף געוויסע ערטער.

אום 28סטן אקטאבער 1492 האט קריסטאפער קאלאמבוס געלאנדעט דריי שיפן אויף דעם צפון־מזרח בארטן פון קובא. ער האט גערופן דעם אינזל ״איזלא חובאנא״. דער שפאנישער קאנקוויסטאדאר דיעגא וועלאסקעז האט געגרינדעט די ערשטע שפאנישע זידלונג אויפן אינזל, באראקאא, אין 1511.

קאמוניסטישע רעגירונג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביז 2008 איז פידעל קאסטרא געווען דער פירער פון קובא. ער ווערט באטראכט ווי א טאטע און קעניג, אמאל געווען א העלדישער סאלדאט, אנפאנג איז ער געווען א רעוואלטירער ער האט געוואלט איינעמען דעם אינזל, אמעריקא האט אים זייער געשטיצט, ווען ער האט איבערגענומען דעם אינזל האט ער אויסגעדרייט דעם דאשיק און געווארן א הייסער קאמוניסט.

קובא איז פון די לענדער אין לאטיין אמעריקע וואס איז נאך קאמוניסטיש געשטימט.

דער פרעזידענט פון קובא זײַט פעברואר 2008 איז זיין ברודער ראול קאסטרא.

עס איז דא אן אמעריקאנער מיליטערישע באזע וואס דינט איצט אויך אלס א תפיסה פאר טעראריסטן וואס הייסט גוואטאנאמא בעי ביים עק פון דעם קובא עס געהערט פאר די פאראייניגטע שטאטן.

אין דעצעמבער 2014, נאך דיפלאמאטישע באציאונגען צווישן קובאנישע פונקציאנארן און אמעריקאנער פונקציאנארן איינשליסנדיק דעם פרעזידענט באראק אבאמא, האט מען אויסגעפירט א בייט צווישן עלען גראס, צווי און פופציג פאליטישע ארעסטאנטן און איין אגענט פון די פאראייניגטע שטאטן קעגן באפרייען דריי קובאנישע אגענטן וואס זענען געווען אין תפיסה אין אמעריקע. אויך, כאטש דער עמבארגא צווישן די לענדער בלייבט נאך, האט מען געמאכט גרינגער צו דערלויבן א געוויסע מאס פון אימפארט און עקספארט צווישן די לענדער.

קובא׳ס נאטירלעכע רעסורסן שליסן איין צוקער, טאבאק, פיש, ציטרוס פרוכטן, קאווע, באנדלעך, רייז, קארטאפל און פֿיך.[1] אין 2013 איז די פראדוקציע פון די ניקל מינעס אין קובא געווען 71,000 טאן, נאענט צו 4% פון דער וועלט פראדוקציע.[2] אין יענעם יאר האט מען געשאצט די רעזערוון ביי 5.5 מיליאן טאן, מער ווי 7% פון דער גארער וועלט.[2] שעריט אינטערנאציאנאל פון קאנאדע אפערירט א גרויסע ניקל מינעריי אין מאע.

אויך איז קובא א גרויסער פראדוצירער פון ראפינירטן קאבאלט, א צופעליקער פראדוקט פון ניקל-מינעריי.[3] אויל אויספארשונג אין 2005 האט אנטפלעקט אז דער צפון-קובא באסיין קען פראדוצירן 4.6 ביליאן פעסער (730,000,000 מ3) ביז 9.3 ביליאן פעסער (109×‏1.48 מ3

אלגעמיינע מאפע פון קובא

קובא איז אן ארכיפעלאג פון אינזלען פלאצירט אינעם צפונדיקן קאראאיבישן ים ביים צוזאמענפלוס פונעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם אטלאנטישן אקעאן. ער ליגט צווישן די גארטל־ליניעס 19° און 24°N, און מערידיאן־ליניעס 74° און 85°W. די פאראייניגטע שטאטן ליגן 150 קילאמעטער (93 מייל) אריבער דעם דורכגאס פון פלארידע צו צפון און צפון־מערב (צום נענטסטן שפיץ פון קי וועסט, פלארידע), און די באהאמעס 21 קילאמעטער (13 מייל) צו צפון. מעקסיקע ליגט 210 קילאמעטער (130 מייל) אריבער דעם יוקאטאן קאנאל צו מערב.

האיטי געפינט זיך 77 ק״מ מזרח פון קובא און דזשאמייקע (140 ק״מ) און די קיימאן אינזלען זענען דרום פון קובא.

סיערע מייסטרא

די הויפט אינזל פונעם ארכיפעלאג הייסט קובא און איז ארומגענומען מיט פיר קלענערע גרופעס אינזלען. דער אינזל קובא איז לאנג 1,250 ק״מ און באשטייט פון דעם מערסטן טייל פון דעם יבשה־שטח פונעם לאנד (104,556 ק״מ2) און איז דער גרעסטער אינזל אין די קאראאיבן, און דער 17טן גרעסטער אינזל אין דער וועלט לויטן שטח. דער הויפט אינזל באשטייט מערסטנס פון פלאכע פלוינען, אחוץ פון די סיערע מייסטרא בערג אין דרום־מזרח, וואס זייער העכסטער פונקט איז פיקא טורקינא (1,974 מעטער).

וויניאלעס טאל

אזוי ווי דער אינזל געפינט זיך אינגאנצן דרום פונעם ראק-קרייז, איז דער לאקאלער קלימאט טראפיש, פארמילדערט דורך צפון־מזרחדיקע ווינטן וואס בלאזן א גאנץ יאר. די טעמפעראטור ווערט אויך געענדערט דורכן קאראאיבישן שטראם, וואס ברענגט אריין ווארעם וואסער פונעם עקוואטאר. דערפאר איז דער קלימאט פון קובא ווארעמער ווי האנג קאנג, וואס איז ביי דער זעלבער גארטל ליניע ווי קובא אבער האט א סובטראפישן קלימאט ענדערשט ווי א טראפישן. אין אלגעמיין איז פאראן א טרוקענער סעזאן פון נאוועמבער ביז אפריל, און א רעגנדיקער סעזאן פון מיי ביז אקטאבער. May to October. די דורכשניטלעכע טעמפעראטור איז C‏° 21 אין יאנואר און  C‏° 27 אין יולי. די ווארעמע טעמפעראטורן פונעם קאראאיבישן ים צוזאמען מיטן פֿאקט אז קובא ליגט אריבער דעם אריינגאנג צום איינגאס פון מעקסיקע שאפן צוזאמען אז דאס לאנד ליידט פון אפֿטע הוראגאנען. די דאזיגע קומען מערסטנס אין סעפטעמבער און אקטאבער.

אום 8טן סעפטעמבער 2017 האט הוראגאן אירמא געשלאגן דעם אינזל, מיט ווינטן גיך 260 קילאמעטער א שעה,[4] ביים קאמאגוע ארכיפעלאג; דער שטורעם האט דערגרייכט ציעגא דע אווילא פראווינץ ביי האלבער נאכט און האט ווייטער געהאקט קובא דעם נעקסטן טאג.[5] די גרעסטע שאדן זענען געווען אין די אינזלען צפון פונעם הויפט אינזל. שפיטעלער, מאגאזינען און פאבריקן זענען געווארן געשעדיקט; א גרויסער טייל פונעם צפון בארטן איז געבליבן אן עלעקטריע. קרוב צו א מיליאן מענטשן, כולל טוריסטן, האט מען געדארפט עוואקואירן.[6] שפעטערדיקע באריכטן האבן געוויזן אז 10 מענטשן זענען אומגעקומען בשעת דעם שטורעם, פון זיי זיבן אין דער הויפטשטאט האוואנע, בעיקר פון געביידעס וואס זענען איינגעפאלן. טייל פון דער הויפטשטאט זענען געווארן פארפלייצט.  [7]

לויטן אפיציעלן צענזוס פון 2010 האט קובא א באפעלקערונג פון 11,241,161, וואס באשטייט פון 5,628,996 מענער און 5,612,165 ווייבער.[8] זיין געבורט ראטע איז (9.88 געבורטן א טויזנט מענטשן אין 2006)[9] איינע פון די נידעריגסטע אין דעם מערב האלבקיילעך.

די אפיציעלע שפראך פון קובא איז שפאניש און רובא דרובא קובאנער רעדן זי. דער דיאלעקט פון שפאניש וואס מ׳רעדט אין קובא איז באקאנט ווי קובאנישע שפאניש. אויך ווערט גענציט לוקומי, א דיאלעקט פון דער מערב־אפריקאנישער שפראך יארובא ווערט געניצט ווי א רעליגיעזע שפראך פאר בעטן דורך אנהענגער פון סאנטעריע,[10] במילא נאר ווי א צווייטע שפראך .[11] האיטישער קרעאל איז די צווייטע מערסט גערעדטע שפראך אין קובא, וואס ווערט גערעדט דורך אימיגראנטן פון האיטי און זייערע אייניקלעך.[12] אנדערע שפראכן וואס אימיגראנטן רעדן זענען גאליסיש און קארסיש.[13]

קובא איז אפיציעל א סעקולארע מדינה. פרייהייט אין רעליגיע איז געווארן פארגרעסערט אין די 1980ער יארן,[14] און די רעגירונג האט געענדערט די קאנסטיטוציע אין 1992 אז די מדינה איז מער נישט אפיציעל אטעאיסטיש.[15]

קאטאליציזםאיז די גרעסטע רעליגיע, דאס שטאמט פון דער שפאנישער קאלאניזאציע. אין די 1990ער יארן האט זיך א סך געוואקסן פענטעקאסטאליזם, און טייל גרופעס זאגן אז זיי האבן 100,000 מיטגלידער.

קובא האט אויך קליינע געמיינדעס פון יידן (500 אין 2012), מוסולמענער, און מיטגלידער פון דער באהאי גלויבונג.[16]

אוניווערסיטעט פון האוואנע, געגגרינדעט אין 1728

דער אוניווערסיטעט פון האוואנע איז געגרינדעט געווארן אין 1728, אויך זענען פאראן עטלעכע אנדערע קאלעגיעס און אוניווערסיטעטן . אין 1957, קורץ פאר קאסטרא האט איבערגענומען די הערשאפט, איז די שריפטקייט ראטע געווען פערט אין דעם געגנט, כמעט 80% לויט די פאראייניגטע פעלקער, העכער ווי אין שפאניע.[17][18] קאסטרא האט געשאפן א סיסטעם גענצלעך אפעריט נאר דורך דער מדינה און האט גע׳אסר׳ט פריוואטע אנשטאלטן. גייען אין דער שולע איז אבליגאטאריש פון דער עלטער פון זעקס ביז דער ענדע פון גרונטלעכער סעקונדערער בילדונג (נארמאל ביי דער עלטער פון 15). אלע סטודענטן טראגן אן איינציגע אוניפארעם. עלעמענטארע בילדונג דויערט זעקס יאר.[19] קובא׳ס שריפטקייט ראטע פון 99.8 פראצענט[20][21] איז דער צענט העכסטע אין דער גארער וועלט.[22]

  1. World Competitiveness Map. International Trade Centre. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏9טן נאוועמבער, 2013. דערגרייכט דעם ‏9טן נאוועמבער, 2013.
  2. a b Nickel. United States Geological Survey. דערגרייכט דעם ‏9טן נאוועמבער, 2013.
  3. Ivette E. Torres (1997). The Mineral Industry of Cuba. U.S. Geological Survey. דערגרייכט דעם ‏6טן סעפטעמבער, 2009.
  4. http://www.aljazeera.com/news/2017/09/hurricane-irma-landfall-cuba-category-5-170909040746649.html
  5. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2017-09-10, https://web.archive.org/web/20170910053409/https://beta.theglobeandmail.com/news/world/hurricane-irma-rips-through-cuba-on-its-way-to-florida/article36221350/, דערגרייכט 2017-10-01 
  6. https://www.nytimes.com/2017/09/09/us/hurricane-irma-florida.html
  7. http://www.cnn.com/2017/09/11/americas/irma-cuba/index.html
  8. ANUARIO DEMOGRAFICO DE CUBA 2010. Oficina Nacional de Estadisticas.
  9. Population, birth rate falling in Cuba: Official. The Peninsula On-line. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם ‏26טן סעפטעמבער 2007. דערגרייכט דעם ‏19טן יולי, 2013.
  10. George Brandon (‏1טן מערץ, 1997). Santeria from Africa to the New World. Indiana University Press, 56. ISBN 978-0-253-21114-9. 
  11. Lucumi: A Language of Cuba (Ethnologue). דערגרייכט דעם ‏10טן מערץ, 2010.
  12. "Cuban Creole choir brings solace to Haiti's children", BBC News. דערגרייכט דעם ‏10טן מערץ, 2010. 
  13. Languages of Cuba. דערגרייכט דעם ‏31סטן אקטאבער, 2010.
  14. Smith 1996, p. 105: "The expansion of religious liberty began more than a decade ago, for example, and Cuban citizens, by and large, are free to practice their faiths without fear of persecution."
  15. Domínguez 2003, p. 4.
  16. Government officials visit Baha'i center. Baha'iWorldNewsService.com (‏June 13, 2005).
  17. Smith & Llorens 1998.
  18. Still Stuck on Castro – How the press handled a tyrant's farewell.מוסטער:Unreliable source?
  19. The Cuban Education System: Lessons and Dilemmas. Human Development Network Education. World Bank (PDF). דערגרייכט דעם ‏7טן נאוועמבער, 2010.
  20. Cuba. The World Factbook. CIA. דערגרייכט דעם ‏6טן אפריל, 2009.
  21. unstats | Millennium Indicators. Mdgs.un.org (‏June 23, 2010). דערגרייכט דעם November 7, 2010.
  22. "Latin lessons: What can we Learn from the World's most Ambitious Literacy Campaign?", The Independent (‏7טן נאוועמבער, 2010). דערגרייכט דעם ‏19טן יולי, 2013.