קישקע
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון קושקע)
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם מאכל געפֿילטע קישקע. טאמער זוכט איר קישקעס אין די מאגן, זעט געדערעם.
געפילטע קישקע איז מאכל פון מזרח-אייראפעישע יידן, געמאכט פון דער גראבער קישקע פון רינדער געפֿילט מיט געפרעגלטן ציבל, מעל, שמאלץ און געווירצן.
די געקאכטע קישקע קען זיין יעדן פֿארב פון ווייס-גרא ביז ברוין-אראנזש, דאס ווענדט זיך אין וויפל געווירצן מען לייגט אריין בעיקר די פאפריקע. היינטיגע צייטן ניצט מען סינטעטישע איינוויקלונג אנשטאט עכטע קישקע פו א בהמה. ענלעך צו קישקע איז מעגעלע, מען מאכט דאס אין שטוב מען פילט אן די הויט פונעם האלדז פון א הינדל אדער אן אינדיק.
די קישקע מאכט מען געווענלעך פרייטאג, און מען לאזט זי קאכן אין דעם טשאלנט, וואס מען עסט שבת בייטאג.