קאמפיוטער-געמאכטע בילדער
מראה
קאמפיוטער-געמאכטע בילדער (ענגליש: Computer-generated imagery, אין קורצן: CGI) באשטימט דאס באניץ פון קאמפיוטער גראַפֿיק, בפרט אין די פראדוקציע פון פילמען. די דאזיקע בילדער ווערן באנוצט פאר ספעציעלע עפֿעקטן, סימולאציע און רעקלאמעס, צווישן אנדערע באניצן. א מאל ווערט די טעכנאלאגיע באנוצט צו פראדוצירן א שטייענדיקן הינטערגרונט וואס ווערט דערנאך אײַנגעגלידערט אריין אין דעם בילד; אויך ווערט עס באנוצט צו פראדוצירן 2D אדער 3D אנימאציע. אין דער אלגעמיינער באַדייַט, קען א קאמפיוטער-געמאכט (CGI) בילד זיין יעדע בילד וואס ווערט געמאכט מיט א קאמפיוטער-באזירטן באארבעטער אדער פראגראם.
דער טעכנאלאגיע ארטיקל איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |