קאמף פון טראפאלגאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
דער קאמף פון טראפאלגאר, געמאלן דורך טורנער אין 1806-1808

דער קאַמף פון טראַפֿאַלגאַר (ענגליש: Battle of Trafalgar) איז געווען א ים־קאמף דעם 21סטן אקטאבער 1805 צווישן די ים-פלאטן פון פראנקרייך און שפאניע פון איין זייט, און גרויסבריטאניע פון דער צווייטער. דער קאמף איז פארגעקומען לעבן קאפ טראפאלגאר אין דרום־מערב שפאניע. דער קאמף האט זיך אויסגעלאזט מיט א קלארן זיג פאר די בריטישע קראפטן. דער בריטישער קאמענדאנט, נעלסאן, איז אבער געהרגעט געווארן אינעם קאמף.

אזוי איז בריטאניע געווארן דער וועלטס גרעסטע ים־מאכט דורכאויס 100 יאר . דער קאמף פון טראפאלגאר איז געווען דער חשובסטער ים־קאמף אינעם 19טן יארהונדערט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאמף פון טראפאלגאר