קאלכשטיין
מראה
קאַלכשטיין איז אן אפזעץ-שטיין, צוזאמענגעשטעלט מערסטן פון סקעלעט־פראגמענטן פון ים־ארגאניזמען ווי קאראל און מאלוסקן. זיינע הויפט מאטריאלען זענען די מינעראלן קאלציט און אראגאניט, וואס זענען פארשידענע קריסטאל פארעמען פון קאלציום-קארבאנאט (CaCO3).
אומגעפער 10% פון אפזעץ־שטיינער זענען קאלכשטיינער. קאלכשטיין צעגייט אין וואסער און שוואכע זויער-צעפירונגען. מערסטע הייל סיסטעמען זענען אדורך קאלכשטיין באדן. .
קאלכשטיין האט פילצאליגע באניצן: ווי א בוי-מאטעריאל, אן עיקרדיקער באשטאנדטייל פון בעטאן, ווייסער פיגמענט אין ציינפאסטע און פארבן און אין פראדוצירן קאלך.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
קאלכשטיין