לדלג לתוכן

קאוואטשהאז

פֿון װיקיפּעדיע
קאוואטשהאז
אינפֿארמאציע
שטח 62.59 קוואדראט קילאמעטער
צאל איינוואוינער 5,165 (אין 1 יאַנואַר 2026)
קאארדינאטן 46°24′43″N 20°54′39″E / 46.411944444444°N 20.910833333333°E / 46.411944444444; 20.910833333333 קאארדינאטן: 46°24′43″N 20°54′39″E / 46.411944444444°N 20.910833333333°E / 46.411944444444; 20.910833333333 
מפה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קאוואטשהאז פון דער לופט

קאַוואַטשהאַז (אונגאַריש: Mezőkovácsháza) איז א קליין שטעטל אין דעם בעקעש געביט, אונגארן. איינע פון די נאנטע שטעטלעך איז פעהעד-יארמוט. און איז דער מערסט באוואוינטע שטאט אין די געגנט

דער שטעטל האט באקומען שטאט רעכטן אין 1986 אין 1969 איז אויך א נאנטער דארף אנעקסירט געווארן צו דער שטאט.

אנדענקמאל פאר די צווייטע וועלט מלחמה

די שטעטל געפינט זיך אויפ'ן טשאנאדער בארג־קייט, נאנט צום גרעניץ מיט רומעניע, און לעבן דעם מאראש טייך, אין דעם טייל וואו דער טייך פארטיילט זיך. זי געפינט זיך בערך 45 קילאמעטער דרום פון בעקשטשאבא. דער רומענישער גרעניץ געפינט זיך בערך 20 קילאמעטער פון דער שטאט.

די שטאט פארנעמט א שטח פון 62.59 קוואדראט קילאמעטער (24.17 קוואדראט מייל), און האט געהאט א באפעלקערונג פון 6,945 איינוואוינער לויט'ן צענזוס פון 2002

דער נאמען פון דער שטעטל שטאמט לויט דער טראדיציאנעלער מיינונג פון די וואפן שמיד פון יאנאש הוניאדי. דאס ווארט "קובאץ", וואס מיינט "שמיד" אויף אונגאריש, איז לויט לינגוויסטן אפשטאמיג פון א פערזענלעכן נאמען. וויבאלד דער נאמען איז צום ערשטן מאל דערמאנט געווארן אין 1463 אלס Kowachaza, אין א תקופה ווען די משפחה־נעמען זענען נאך געווען אין אנטוויקלונג, איז עס מעגליך אז דער מענטש וואס האט געהייסן קובאץ איז טאקע געווען א בעל מלאכה אין דעם פאך.

דער שטעטל און זיינע אומגעגנט זענען שוין געווען באוואוינט אין אלטע צייטן. זיין היסטאריע גייט צוריק ביז דער 7טער יארהונדערט פון דער אווארישער תקופה. דער אלטער שטעטל, וואס איז געווען באוואוינט אין דער אווארישער תקופה און שפעטער אין דער תקופה פון דער באזעצונג פון די מאגיארישע שבטים, איז צום ערשטן מאל חרוב געווארן בעת דער מאנגאלישער אינוואזיע אין אייראפע.

אין דער צווייטער העלפט פונעם 15טן יארהונדערט, אין יאר 1463, האט דער ווידער באזעצטער שטעטל באקומען דעם סטאטוס פון א מארקשטעטל פון מאטיאש דער ערשטער, קעניג פון אונגארן. דאס בליענדע מארקשטעטל האט אנגעהויבן זיך צו צופאלן אין 1552, בעת די קאמף קעגן די טערקן. נאך דעם ארויסטרייבן פון די טערקן איז די גאנצע געגנט געווארן ליידיג און פארלאזט. אין יענע תקופה איז דאס געגנט געווארן פארמעגן פון דעם לאנד, וועלכע איז לויט די כללים פון יענער תקופה פארדינגען געווארן פאר פארשידענע אנוואוינער.

אין יענער תקופה איז דער הויפט דינגער געווען א משפחה מיטן נאמען ביטא, וועלכע האט געברענגט אונגארישע און סלאוואקן פון צפון אונגארן. זיי האבן אויפגעשטעלט דעם שטעטל אלס א גערטנער־געגנט פארן וואקסן טאבאק. דער אלטער שטעטל איז ביז'ן היינטיגן טאג דער יסוד פונעם היינטיגן שטעטל.

די היסטאריע פון די אידן פונעם שטעטל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס האבן בשעת דעם קריג געוואוינט דארטן 80 משפחות וואס זיי ווערן אויסגערעכנט אין דעם ספר נטיעות אדר וואס איז איבערגעדרוקט געווארן דורכן זון פונעם רב אין יאר תשס"ט.

אין 1944 זענען 420 אידן פון דעם שטעטל פארטריבן געווארן אין פארניכטונגס לאגערן, וואו רוב פון זיי זענען אומגעברענגט געווארן.אין 1835 האבן געוואוינט אין קאוואטשהאז בלויז 4 אידישע משפחות. אין 1870 זענען געווען 54 אידן, און אין 1880 האבן געוואוינט אינעם דארף 92 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט 2.5 פראצענט פון דער באפעלקערונג. די חברה קדישא פונעם ארט איז געגרינדעט געווארן אין 1895, און אין 1912 איז געבויט געווארן א בית־כנסת מיט א מקוה און א רבינ'ס הויז.

די מיטגלידער פון דער קהילה האבן געשפילט א וויכטיגע ראלע אין דעם ארטיגן האנדל. אנדערש ווי דער נאציאנאלער טרענד, איז די צאל אידן אין דעם ארט געוואקסן אין דער תקופה פון מיקלוש הורטי. אין 1941 זענען אין דעם שטעטל געציילט געווארן 391 אידן, וואס האבן אויסגעמאכט 6.5 פראצענט פון דער באפעלקערונג.

אין 1944 זענען די אידן פונעם ארט צוזאמענגעשטעלט געווארן אין א געטא, און פון 15טן מאי זענען זיי פארשפארט געווארן אין דער געגנט פון א פערד פארם. אויך די אידן פון צוויי נאענטע דערפער זענען דארט צוזאמענגעשטעלט און פארשפארט געווארן. דעם 17טן יוני זענען די אידן פון דארט אריבערגעפירט געווארן קיין בעקשטשאבא.

דערנאך זענען זיי פארטריבן געווארן אין ארבעטסלאגערן אין דייטשלאנד און אין פארניכטונגס לאגערן. רוב פון זיי זענען פארטריבן געווארן קיין אוישוויץ, וואו זיי זענען אומגעברענגט געווארן.

מען שאצט אז מער ווי 300 מענטשן פון דער קהילה זענען אומגעקומען. נאך 1945 האט זיך די קהילה ווידער אויפגעשטעלט דורך די איבערלעבער פון דער חורבן. אין 1949 זענען נאך 108 אידן געבליבן אינעם שטעטל. שפעטער איז דער רוב פון דער קהילה אוועקגעגאנגען פון אונגארן. דער בית־כנסת, וואס האט שוין נישט געהאט קיין מנין, איז חרוב געמאכט געווארן אין 1974.

דער לעצטער רב דארטן איז געווען הרב אהרן דוד רובינשטיין הי"ד.

פון די חשובע משפחות פון שטאט איז געווען ר' פנחס גלויבער.

ביי טייל עלטערע אידן פון אונגארן ווערט דאס שטעטל אנגערופן "קאוואכאסע".

רעפערענצן