קובי מרימי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון קאבי מראימי)
קובי מרימי
געבורט 8 אקטאבער 1991 (אלט 32)
רמת גן, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט תל אביב-יפו רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, אקטיאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
קובי מרימי
געבורט דאטע 8טן אקטאבער 1991
געבורט ארט רמת גן, ישראל

קובי (יעקב) מרימי (קאָבי (יעקב) מאַרימי; (געבוירן דעם 8טן אקטאבער 1991) איז אַן ישראלדיקער זינגער און אַקטיאָר וואס האט געוואונען דעם זעקסטן סעזאָן פֿונעם ישראלדיקער פּראָגראַם "הכוכב הבא" (העב'). דאָס האט אים דערלויבט צו רעפּרעזענטירן זיין מדינה ביי דער 2019 אייראָוויזיע געזאַנג קאָנקורס וואס איז געהאלטן געווארן אין ישראל, מיט דעם ליד "Home" ("היים"). מרימי האט געוואונען דעם פּריז פֿאַרן מערסט גינציקער אַקטיאָר ביים ישראל מוזיקטעאַטער פֿעסטיוואַל.

ביאָגראַפֿיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מרימי איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין רמת גן, ישראל צו אַ מזרחדיקער יידישער משפחה. ער האט געדינט אַלס אַ צה"ל סאָלדאַט ביי דאָס מענטשן-קראַפֿט מיליטער (העב'). ער האט געלערנט שפּילן ביים ניסן נתיב שולע, און האט באַווייַזט אין די שטעלונגען "דער קאַווקאַזישער קאַלך-צירקל", "די קאָמישע אילוזיע" און "תפֿילה". נאָך זיין גראַדוירונג האט ער געשפּילט אין "יעדע לעבעדיגע זאַך" און "דער שאַץ פֿון טשאַמבאַלו", און אויך אַלס נתן פֿון עזה (העב') אין "משיח יעצט", אַ ראָלע פֿאַר וועלכע ער האט געוואונען דער גינציקער אַקטיאָר פּריז ביי דער 2017 מוזיקטעאַטער פֿעסטיוואַל אין בת ים. דאָס איז געווען זיין דעביוט פֿאַר "ישראלי אָפּערע" (ענ').

פּערזנלעכע לעבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מרימי וווינט אין תל אביב. זיינע פֿריערדיקע שטעלעס זענען געווען אַלס אַ גאַסטגעבער ביי אַ פּאַב און אַ קאַסירער ביי אַ קינאָ.