צבי קושעלעווסקי
געבורט |
1936 (אלט 88 בערך) ה'תרצ"ו |
---|---|
באלאנג | ליטוואקעס |
בת זוג |
שרה גורוויץ רחל דניאלי |
פאטער | אליהו קושעלעווסקי |
רבי צבי קושעלעווסקי (געב' תרצ"ו) איז א ליטווישער ראש ישיבה, וואס דינט אלס ראש ישיבת היכל התורה בציון אין ירושלים.
רבי צבי איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב אליהו קושעלעווסקי, א ראש ישיבה פון דער חפץ חיים ישיבה און שפעטער רב פון באר שבע, און זיין מוטער צפורה פייגא, א טאכטער פון יעקב מאיר "דזשייק" גראס.
ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד שרה לאה גורוויץ (נפ' א' ניסן תשע"ה[1]), א טאכטער פון זיין פעטער הרב לייב גורוויץ פון גייטסהעד.
ער איז געווען א ראש ישיבה אין עקס לע בען, פראנקרייך[פֿעלט אַ מקור], און האט אויפגעשטעלט די "היכל התורה בציון" ישיבה אין ירושלים, וואס געפינט זיך היינט אין הר נוף.
ט"ו באב תשע"ח האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט אן אלמנה פון אמעריקע מרת רחל דניאלי, אן אדוואקאט. אנהייב ראש חודש אדר ב' איז פאר אים געמאכט געווארן א גרויסער נס און זיין ערשטער זון איז געבוירן געווארן נאך 55 יאר פון ווארטן ווען ער איז געווען 88 יאר אלט און זיין ווייב איז אלט געווען 55 יאר, דער ברית איז געשלאסן געווארן ז' אדר שני תשפ״ד, און מ׳האט געגעבן א נאָמען דאס קינד אליהו ווי דער נאָמען פון זיין פאָטער.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי צבי קושעלעווסקי מאכט הבדלה אין היכל התורה
- היכל התורה ישיבה (אויף ענגליש)
- רבי צבי קושעלעווסקי רעדט ביי דער ירושלים ירחי כלה