צבי הירש מייזליש
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון צבי הירש מייזליש (שאפראנער רב))
הרב צבי הירש מייזליש (געב׳ תרצ״ט) איז געוועהן די צווייטער שאפראנער רב אין ניו יארק.
ער איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ״ט צו זיין פאטער הרב חיים מייזליש סארוואשער רב און זיין מוטער יאכעט, אפאר יאר נאך זיין ברודער יהושע וואס איז שפעטער געווארן ליעזשער רב אין לאנדאן. ער האט געלערנט אין סאטמאר (ניו יארק) וואו ער האט אפגעשריבן די סוגיא שיעורים פון דעם סאטמארער רב, רבי יואל טייטלבוים, און ארויס געגעבן שפעטער די חידושי סוגיות.
אין יאר תש״ך האט ער חתונה געהאט צו מרים, א טאכטער פון רבי שמעון ישראל פאזען דער שאפראנער רב. ווען זיין שווער איז אוועק אין יאר תשכ״ט האט ער איבערגענומען זיין ביהמ״ד און שפעטער געעפנט די מוסדות מיט א ישיבה.
ער איז אוועק פון קאוויד אין תש"פ. זיין זוהן רבי פנחס אליעזר האט אים איבערגענומען אלס רב און ראש ישיבה.
זיינע קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב דוד משה פון היכל מנחם, אן איידעם ביים דעעשער רבי׳ן פון בארא פארק
- הרב פנחס אליעזר, איידעם ביי רבי מרדכי שטיין פאלטישאנער רבי.
- די ווייב פון הרב אלעזר מענדל מייזליש, ניימארקער רב
- די ווייב פון הרב ירמיה פרידמאן א זון פון הרה"ג ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט"א
- שלמה יחזקאל
- רבי זלמן לייב, ראש הכולל שאפראן
- א איידעם הרב יעקב דוב טייטלבוים, סיגעטער רב, א זון פון הרב זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר
- א איידעם הרב שלמה מייזליש
- הרב יואל יעקב
- הרב אלימלך אלעזר, איידעם ביי זיין שוואגער הרב ירמיה פריעדמאן
- הרב שמעון ישראל, ר"מ אין סאטמאר ישיבה אין וויליאמסבורג