לדלג לתוכן

צבי אלימלך שעהנפעלד

פֿון װיקיפּעדיע

הרב צבי אלימלך שעהנפעלד (ה'תרי"א - ז' תמוז ה'תרפ"ז), רב אין מעזשילאבריץ.

ער איז געווען א זון פון הרב משה שעהנפעלד דער ערשטער רב אין מעזשילאבריץ, וואס איז געווען אן איידעם פון רבי צבי אלימלך שפירא דער "בני יששכר" און רב אין דינאוו. ער איז געווען אן איידעם פון הרב משולם דוב קאליש פון מונקאטש.

איז געווען דער רב פון מעזשילאבריץ (היינט סלאוואקיי) אין די ת"ר יארן ווען סלאוואקיי איז געווען א פראווינץ פון אונגארן. אין יאר ה'תרמ"ג נאך דער פטירה פון זיין פאטער הרב משה שעהנפעלד, האט ער געבעטן רבי מאיר יהודה שפירא פון בוקאווסק ער זאל דערווייל זיין רב אין מעזשילאבריץ ביז ער וועט אויפוואקסן אין קענען ווערן רב אויף זיין פאטער'ס ארט. ער איז געווען באקאנט אלס גאון און צדיק ביז זיין פטירה ז' תמוז ה'תרפ"ז אין די העכערע עלטער פון 76 יאר. ער איז געווען רב אין מעזשילאבריץ בערך 40 יאר.

ער האט געהאט 11 קינדער: לאה שעהנפעלד, אליעזר שעהנפעלד, פײגא שעהנפעלד גרובערט, רחל גיטשע שעהנפעלד גרינפעלד, ברכה ראטנבערג שעהנפעלד, יעקב שעהנפעלד, שמואל שעהנפעלד, שמעון שעהנפעלד, חיים שעהנפעלד, ישעי' שעהנפעלד, חנה מינדל שעהנפעלד קאַליש, און שרה שעהנפעלד.

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר