פרינצעסין לעיא

פֿון װיקיפּעדיע
לעיאַ אָרגאַנאַ

אַ קאָסטיום פֿון לעיאַ
סעריע שטערן קריג
ערשטער אויפֿטרעט עפּיזאָד IV: א נייע האפענונג (1977)
שאַפֿערס דזשאָרדזש לוקאַס
אקטיארן קערי פֿישער (עפּיזאָדן IV-VII)
איידען באַרטאָן (עופעלע; עפּיזאָד III)
אינגווילד דעליאַ ("ראג איינס"; באַוועגונג פֿאַנג)
אינפארמאציע
עפיטעטן בוש ("דער צוריקקער פון די דזשעדיי")
מין נקבה
טיטל פרינצעסין פֿון אָלדעראַן
סענאַטאָרין פֿון אָלדעראַן
גענעראַלין
מאן האַן סאָלאָ
קינדער קייַלאָ רען (בען סאָלאָ)
קרובים שמי סקייַוואָקער (באבע)

פרינצעסין לעיאַ אָרגאַנאַ פֿון אָלדעראַן (ענגליש: Princess Leia Organa of Alderaan, געבוירן מיטן נאמען לעיאַ סקייַוואָקער, שפעטער לעיאַ אָרגאַנאַ-סאָלאָ) איז א כאראקטער אין דער "שטערן קריג" אוניווערס. לעיאַ איז געשפילט געווארן דורך קערי פֿישער אין די דריי אריגינאלע "שטערן קריג" פילמען: "עפיזאד IV: א נייע האפענונג", "עפיזאד V: די אימפעריע שלאגט צוריק" און "עפיזאד VI: דער צוריקקער פון די דזשעדיי". זי אויך איז א הויפט כאראקטער אין פילע נאוועלען וועלכע זענען געשטעלט געווארן אין די "שטערן קריג" אוניווערס.

פיקטיווע ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אָרגאַנאַ איז די טאכטער פון פּאַדמע אַמידאַלאַ און אַנאַקין סקייַוואָקער. זי האט א צווילינג ברודער מיטן נאמען לוק סקייַוואָקער. איר מוטער איז געשטארבן ביים געבורט פון לעיאַ און איר ברודער. די צווילינגען זענען אוועקגענומען נאך געבורט און אוועקגעבען צו פארשידענע פאמיליעס.

לעיאַ איז געווען אין א ראמאן מיט האַן סאָלאָ, און זיי האבן א קינד מיטן נאמען בען סאָלאָ. בען סאָלאָ איז דער שלעכטער קייַלאָ רען, דער הויפט רשע אין "שטערן קריג: דער קראפט אויפוואכט".