פון קערעסטיר ביז אמעריקא
מראה
פון קערעסטיר ביז אמעריקא איז אן אויטאביאגראפיע בוך פון הרב ישעיה גרויס פון קערסטיר-בערבעשט.
ער באשרייבט דארט אויספירליך זיין לעבנס געשיכטע פון ווען ער געדענקט זיך, די היסטאריע פון זיין משפחה, ווי אויך זיינע איבערלעבנישן ביי צווייטע וועלט-מלחמה.
ביים סוף שרייבט ער זיין סדר היחוס, צוטיילט אין אכט און פערציג פרקים.
דאס בוך איז ערשינען אין יאר ה'תשס"א און אנטהאלט נאנט צו זעקס הונדערט זייטן.