לדלג לתוכן

פדיון שבויים

פֿון װיקיפּעדיע

פּדיון שבויים (אויסלייזונג פון געפאַנגענע) איז א מצוה אויסצולייזן מענטשן, װאָס זענען געפאַנגען געװאָרן. עס ווערט פאַרעכנט געווען אַלס איינע פון די גרעסטע מצות ביי אידן.

די גמרא (בבא בתרא ח') זאָנט, אַז פּדיון שבויים איז גרעסער װי געבן צו עסן פאר אָרעמע מענטשן. דער רמב"ם אין משנה תורה (הלכות מתנות עניים ח') זאָגט, אַז די מצוה איז אַנטהאַלטן אין פיל פּסוקים פון תנ"ך און באַזונדערס אין ישעיה נ"ח "והציל לקוחים למות".

אין דער גמרא װערט געברענגט פיל וואונדערליכע מעשיות וועגן דער מצוה. אין חולין ה' װערט דערצײלט װי דער תנא רבי פּנחס בן יאיר גייענדיק אויסלייזן שבויים איז צוגעקומען צו אַ טייך און ער האָט נישט געקענט אַריבערגײן, האָט דער טייך זיך געשפּאָלטן פאַר אים.

עס זענען איינגעאָרדנט געװאָרן פיל תקנות פאַר פּדיון שבויים. די משנה גיטין ד' זאָגט אַז מען האָט געמאַכט אַ תקנה נישט אויסצולייזן שבויים פאַר צו גרויסע סומעס (יותר מכדי דמיהן), כדי מען זאָל נישט געבן די כאַפּער דעם אפעטיט און רייץ צו װעלן פאַנגען מער מענטשן.

אין די תקנות פון קהלות אין מיטל אַלטער און שפּעטער אין פּוילן פון ועד ארבע ארצות זענען פאַראן פיל תקנות וועגן פּדיון שבוים.

פון דעם בעל שם טוב ווערט דערציילט אין ספר שבחי הבעש"ט אַז ער פלעגט צונויפנעמען געלט ביי רייכע אידן און דערמיט אויסלייזן אָרעמע אַרענדאַרן װאָס זענען אַרעסטירט געװאָרן דורך די פּריצים, גוט-באַזיצער, פאַר נישט קענען באַצאָלן אַרענדע-געלט.