פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 מערץ 9
מראה
- ר' חיים דוד צוויבל, עקזעקיוטיוו וויצע־פרעזידענט פון רעגירונג אנגעלעגנהייט פאר אגודת ישראל, טרעט אויף מיט געביט פאר די געזעץ געבער אינעם שטאטראט פון ניו יארק סיטי נישט פארצוזעצן די ספעציעלע בענעפיטן געזעץ פון דאמעסטיק פארטערשיפ ביל, וואס אנערקענט יעדע צוויי מענטשן וואס וואוינען צוזאמען כדרך אישית אן חתונה האבן, פונקט ווי א טראדיציאנאלע חתונה געהאט פארפאלק פון מאן און ווייב, לגבי שטאטישע פראגראמען און כללית ביים געריכט. - ווייל לויט די ארטאדאקסישע תורה אידישקייט, איז פארבאטן דאס לעבן פון געיז און לעזביאנקעס צוזאמען, און אויך טוט דאס אפשוואכן די הייליגער באגריף פון קידושין און בוי פון משפחה דורך חתונה האבן. (ישיבה וועלט)
- פארבס מאגאזין מיט נייע ליסטע פון די 946 וועלטס ביליאנערן; ביל געיטס איז נאכאלטס אין שפיץ; שלדון איידלסאהן איז געקראכן צום 6טן פלאץ פון ליסטע. 7 ישראלים באשיינען די ליסטע; סטעף ווערטהיימער און זיין זוהן איתן ווערטהיימער; שרי אריסאן; לב לביוב; יצחק תשובה; סעמי עופר; ארנון מילטשין; חיים סבן. (וויינעט)
- אפגעפארענער איד, גרויסארטיגער זשורנאליסט, און איינציג ברודער פונעם משגיח ר' דן סגל שליט"א, ליידט פון הארץ אטאקע אינמיטן דרייווען, שווער פארוואונדעט פון עקסידענט, ער האט ארויגעגעבן ספר איבער דאס לעבן פון אים מיט זיין ברודער. (בחדרי חרדים)
- פאַרגעסט נישט רוקן אייער זייגער דעם מוצאי שבת אויף אַ שעה פאָראויס. (אלגעמיינער)
- זארגער פאר ארימע אלמנות מיט יתומים פון קרוין הייטס נפטר געווארן. (אלגעמיינער)
- חב"ד: ריכטער ווארפט אפ פארלאנג פון אנטי-משיחסטן פירער, ר' אברהם שם טוב און ר' יהודא קרינסקי וואס האבן געוואלט איבערנעמען קאנטראל פון 770 פון די פרא-משיחסטען גבאים. אורטייל לויטעט, אז אפילו זיי זענען די לעגאלע לענדלארדס און אייגענטומער פון די געביידע זענען זיי נישט קיין ערוויילטע פירער פון דער קהילה און דער שול פירערשאפט באלאנגט פאר דער קהילה. (חב"ד אינפא)