פאסט-טרעגער פעט
פּאָסט-טרעגער פּעט (ענגליש: Postman Pat) איז אַ בריטישע פֿאַרצוימטע באַוועגונג טעלעוויזיע סעריע פאַר קינדער. דער הויפט כאַראַקטער איז אַ פּאָסט-טרעגער מיטן נאמען פּעט קליפֿטאָן, וואס וואוינט אינעם פֿיקטיוון דאָרף גרינדייל.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יעדן עפּיזאָד, ווען פּעט און זיין קאַץ דזשעס טיילן בריוון אַרום גרינדייל, טוט איינער פֿון די איינוואוינער בעטן זיין הילף מיט אַ פּראָבלעם. שפּעטער באַקומט פּעט שווערע זאַכן צו שיקן, אַזוי ווי אַ ריזיקער אייז קוב.
פראדוקציע און פארשפרייטונג
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די סעריע איז פראדוצירט געווארן דורך וואודלאַנד אַנימאַציעס (Woodland Animations) און רעזשיסירט דורך אייוואָר וואוד (Ivor Wood). די געשיכטעס זענען געשריבן דורך דזשאן קאַנליף און די מוזיק איז קאמפאזירט געווארן דורך ברייען דאַלי און סיימאן וואודגייט. די נאַראַציע און כאַראַקטער שטימעס זענען געווען פון קען בערי. די סעריע איז ערשטנס טראַנסמיטירט געווען דעם 16טן סעפטעמבער 1981 אויף BBC1. א צווייטע ווערסיע פון די סעריע איז טראַנסמיטירט געווען זינט 2004.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "פאסט-טרעגער פעט" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)