פאלם ספרינגס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פאלם ספרינגס, קאליפארניע)
פאלם ספּרינגס, קאַליפאָרניע
שטאָט
סיטי פון פאלם ספּרינגס
דאונטאון פאלם ספּרינגס
אָרט אינערהאלב ריווערסייד קאָונטי
פאלם ספּרינגס
אָרט אינערהאלב קאַליפאָרניע
ווייַז מאַפּע פון קאַליפאָרניע
פאלם ספּרינגס
אָרט אינערהאלב די פאַרייניגטע שטאַטן

ווייַז מאַפּע פון די פאראייניגטע שטאטן

קאָאָרדינאַטן: 33°49'49"ן 116°32'43"ד / 33.83028°N 116.54528°W / 33.83028; -116.54528קאָואָרדאַנאַץ: 33°49'49"ן 116°32'43"ד / 33.83028°N 116.54528°W / 33.83028; -116.54528[1]
לאַנד  פאַראייניקטע שטאַטן
שטאַט  קאַליפאָרניע
קאָונטי
אינקאָרפּעראטירט אַפּריל 20, 1938[2]
רעגירונג
 • בירגערמייסטער ראבערט מון[3]
געגנט
 • גאַנץ 94.98 סק מי (245.99 קילאמעטער2)
 • לאַנד 94.12 סק מי (243.78 קילאמעטער2)
 • וואַסער 0.85 סק מי (2.21 קילאמעטער2) 0.90%
הייך
479 פט (146 ב)
באַפעלקערונג
(2010)[5]
 • גאַנץ
 • אָפּשאַצונג
(2017)
48,142
 • געדיכטקייַט
צייט זאָנע UTC−8 (פּאַסיפיק)
 • (זומער זייגער)
זיפ קאד
92262-92264
שטח קאָודס 442/760
פיפּס קאָד
GNIS שטריך ידס
וועבזייַטל palmsprings-ca.gov (ארכיווירט 14.08.2014 ביי דער Wayback Machine)

פאלם ספּרינגס איז אַ מדברישע ריזאָרט שטאָט אין ריווערסייד קאָונטי, קאַליפאָרניע, פאַראייניגטע שטאַטן. עס איז לאקירט ארום 55 מייל מזרח פון סאַן בערנאַרדינאָ, 107 מייל מזרח פון לאס אנדזשעלעס, 123 מייל צפון-מזרח פון סאַן דיעגאָ, און 268 מייל מערב פון פיניקס, אַריזאנע. די באַפעלקערונג איז געווען 44,552 ביים אפיציעלן 2010 צענסוס. פאלם ספּרינגס פארנעמט ארום 94 קוואַדראַט מייל (240 מ"מ) מאכנדיג איר די גרעסטע שטאָט אין די קאַונטי לויט לאַנד מאס.

בייקינג, גאָלף, הייקינג, פערד רייטעריי, שווימעריי, און טעניס אין די ארומיגע מדבר און באַרג געביטן זענען הויפּט פארמען פון פאַרוויילונג אין פּאַלם ספּרינגס.

פּאַלם ספּרינגס איז אַ פאפולערע פענסיאנירונג דעסטינאציע, ווי אויך אַ ווינטער אפרוה דעסטינאציע; דורכאויס די ווינטער חדשים (נאוועמבער-מערץ) פארמערט זיך דער שטאָט'ס באַפעלקערונג דרייפאכיג.

טוריזם איז אַ הויפּט פאַקטאָר אין דער שטאָטס עקאנאמיע מיט 1.6 מיליאָן באזוכער אין 2011. די שטאָט האט איבער 130 האָטעלן און ריזאָרטן, און איבער 100 רעסטאראנען.

קלימאַט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פאלם ספּרינגס האט אַ הייסן מדבר קלימאַט, מיט איבער 300 טעג פון זון און אַרום 4.83 אינטשעס (122.7 מ"מ) פון רעגן יערליך. די ווינטער חדשים זענען וואַרעם, מיט אַ מערהייַט פון טעג גרייכנדיג 70ºF און אין יאנואר און פעברואר אפטמאל ביז 80ºF און צומאל אפילו איבער 90ºF. אין קאנטראסט זענען דורכשניטלעך פארהאן 17 נעכט יערליך ווען די טעמפעראטור פאלט ארונטער 40ºF; אייַז קאַלטע טעמפּעראַטורן פאסירן אין ווייניגער ווי העלפט פון די יאָרן. די נידריגסטע טעמפּעראַטור איז רעקאָרדירט אלס 19ºF, אום 22סטן יאנואר, 1937. אום זומער זעען די טעג אָפֿטע טאג-טעמפּעראַטורן פון אריבער 110ºF און איבערנאַכטיגע טעמפעראטורן פון העכער 80ºF. די מיטלגארטיגע יערליכע טעמפּעראַטור איז 74.6ºF. עס זענען פארהאן 180 טעג מיט אַ הויך גרייכנדיג 90ºF, און 100ºF קען ווערן געזען אין 116 טעג. די העכסטע טעמפּעראַטור אויפן רעקאָרד אין פּאַלם ספּרינגס איז 123ºF, ארכיוויזירט אום 28סטן און 29סטן יולי, 1995.[6]

רעפֿערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. "Palm Springs" (ארכיווירט 30.10.2020 ביי דער Wayback Machine). Geographic Names Information System. United States Geological Survey. Retrieved November 11, 2014.
  2. "California Cities by Incorporation Date". California Association of Local Agency Formation Commissions. Archived from the original (Word) on November 3, 2014. דערגרייכט דעם 25סטן אויגוסט, 2014.
  3. "Robert Moon" (PDF). City of Palm Springs. Retrieved May 6, 2017.
  4. "2016 U.S. Gazetteer Files". United States Census Bureau. Retrieved Jun 28, 2017.
  5. (ארכיווירט 06.08.2012 ביי דער Wayback Machine). United States Census Bureau. Archived from the original on August 26, 2012. Retrieved February 11, 2015.
  6. Monthly Averages for Palm Springs, CA – Temperature and Precipitation. The Weather Channel. דערגרייכט דעם 2010-05-29.