ערווין שרעדינגער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון ערווין שראדינגער)
ערווין שרעדינגער
Erwin Schrödinger
געבורט 12 אויגוסט 1887
וויען, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 יאנואר 1961 (אלט 73)
וויען, עסטרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פעלדער טעארעטישע פיזיק רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
וואוינארט דובלין, דובלין, וויען רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט אלפבאך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ערווין רודאלף יאזעף אלעקסאנדער שרעדינגער (דייטשיש: Erwin Rudolf Josef Alexander Schrödinger; ‏12טן אויגוסט 18874טן יאנואר 1961) איז געווען אן עסטרייכער פיזיקער וואס האט אנטוויקלט א צאל יסודותדיקע רעזולטאטן אינעם פעלד פון קוואנטן-טעאריע, וואס זענען געווארן דער יסוד פון כוואליע־מעכאניק: ער האט פארמולירט די כוואליע־גלייכונג (שרעדינגער גלייכונג) און האט אנטפלעקט אז זיין אנטוויקלונג פונעם פארמאליזם איז אינגאנצן צוגעפאסט צו מאטריקס־מעכאניק.

אויך האט ער געשריבן אין פארשידענע פעלדער פון פיזיק: סטאטיסטישע מעכאניק, טערמאדינאמיק, קאליר טעאריע, עלעקטראדינאמיק, אלגעמיינע רעלאטיוויטעט, און קאסמאלאגיע.

אין 1933 איז ער באלוינט געווארן מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק צוזאמען מיט פאל דיראק.

ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

שרעדינגער איז געבוירן געווארן אין ערדבערג, ווין, דעם 12טן אויגוסט 1887. ער האט שטודירט מאטעמאטיק און פיזיק אין ווין. אין דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווען א זעלנער. נאכדעם איז ער געווען א פראפעסאר אין יענא, ברעסלוי און שטוטגארט.

ער האט געהייראט זיין ווייב אן־מארי אין 1920.

אין 1921, איז ער אריבער צום ציריכער אוניווערסיטעט. אין 1927, איז ער געווארן דער נאכפאלגער פון מאקס פלאנק ביים פרידריך ווילהעלם אוניווערסיטעט אין בערלין. אבער אין 1934 האט שרעדינגער באשלאסן איבערלאזן דייטשלאנד, ווייל ער האט נישט געקענט פארטראגן דעם אנטיסעמיטיזם פון די נאציס.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ערווין שרעדינגער