ברעסלוי

ברעסלױ (פּויליש: Wrocław; דײַטש: Breslau; טשעכיש: Vratislav; אונגאַריש: Boroszló; איטאליעניש: Breslavia; לאטייניש: Vratislavia; לעטיש: Vroclava; ליטוויש: Vroclavas; סלאוואקיש: Vroclav) איז אַ שטאָט אין שלעזיִע, פּױלן.
היסטאריע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין דעם דרייצנטן יאָרהונדערט איז די שטעטל געוואַקסן און געוואָרן אַ שטאָט. דאָרט האָבן געוווינט קויפמענער – דייטשן, פּאָליאַקן און ייִדן. מען האָט געבויט מויערן און קירכן. די אוניווערסיטעט פֿון ברעסלוי איז געגרינדעט געוואָרן שפּעטער, אין יאָר 1702.
שפּעטער, אין אַכצנטן יאָרהונדערט, נאָך די מלחמות צווישן עסטרייך און פּרוסיע, איז ברעסלוי אַריבער צום פּרוסישן מלכות.
אין צײַטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ברעסלוי אין אַ גרויסן טייל חרובֿ געוואָרן. אַ סך דײַטשן האָבן דעמאָלט אַנטלאָפן. נאָך דער מלחמה איז די שטאָט צוריקגעקומען צו פּוילן, און אַ סך פּוילישע פֿון אַנדערע טיילן לאַנד זענען געקומען דאָרט צו וווינען.
הײַנט איז ברעסלוי אַ גרויסע קולטור־שטאָט, באַקאַנט מיט איר געשיכטע, מוזייען, טעאַטערס און סטודענטישן לעבן. נישט זעלטן רופט מען זי "די ווענעדיק פֿון פּוילן", ווײַל אין שטאָט זענען דאָ אַ סך אינזלען און בריקן.
עקאנאמיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ברעסלוי איז די צווייט רייכסטע שטאָט אין פוילן נאך ווארשע.[1] עס ווערט גערעכענט אז 401 מיליאנערן וואוינען אין ברעסלוי, ד״ה פערזאנען וואס זייער יערליכע איינקומפט גייט אריבער 1 מיליאן PLN (אין יאר 2014). ברעסלוי און דער געגנט פון אונטער-שלעזיע זענען נאנט צו די גרענעצן מיט דייטשלאנד און טשעכיי, און דערפאר איז א גרויסער שותף פאר אימפארט און עקספארט מיט די לענדער.
ברעסלוי'ס אינדוסטריע פֿאבריצירט בוסן, אייזנבאן וואַגאָנען, היים אפאראטן, כעמיקאַלן און עלעקטראָניק. די שטאט האט פאבריקן און אנטוויקלונג צענטערן פון פיל אויסלענדישע און אינלענדישע קארפאראציעס, ווי למשל WAGO קאטאקט-טעכניק, זימענס, באש, נאקיע נעצווערק, וואלווא, HP, IBM, גוגל, אפערע ווייכווארג, באמבארדיער טראנספארטאציע און נאך.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Gazeta Wrocławska - Wiadomości Wrocław, Informacje Wrocław. דערגרייכט דעם 14סטן מיי 2018.