אייזנבאן וואגאן

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אן אייזנבאַן וואַגאָן איז אַ סארט אייזנבאַן געצייג וואס ווערט געבויט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אדער פֿראַכט פֿון איין פּלאַץ צום צווייטן. געוויינטלעך ווערן די וואַגאָנען פֿאַרבונדען, וואס מאַכט אַ באַן. זיי קענען ווערן באַוועגט דורך אַ לאָקאָמאָטיוו אדער מיט אַ זעלבשטענדיקער מאָטאָר (אַ מאָטאָר-וואגאָן).

פּאַסאַזשירן וואַגאָן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אַ בריטיש רייל מאַרק 3 פּאַסאַזשירן וואַגאָן פֿון די 1970ער

אַ פּאַסאַזשירן וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פֿירן פּאַסאַזשירן אַלס אַ טייל פֿון אַ פּאַסאַזשירן באַן צווישן באן סטאנציעס. פּאַסאַזשירן וואַגאָנען געוויינטלעך אַנטהאַלטן רייַען פֿון דריי צו פֿינף זיצערטער ביי צוויי זייַטן פֿון אַ צענטראַלער פּאַסאַזש לענגאויס דער וואַגאָן, אדער גרופעס פֿון זעקס צו אַכט זיצערטער אין קליינע קופּעס לענגאַויס אַ זייַטיקער פֿאָיע. צווישן די זיצערטער עס אָפֿט זענען דאָ טישן פֿאַר די פּאַסאַזשירן. עס אויך זענען דאָ פּאָלציעס פֿאַר די באַגאַזשניקס פֿון די פּאַסאַזשירן, און אפֿשר אויך אייַנלאַגערונג קופּעס פֿאַר גרויסע אָביעקטן ווי וואַליזעס אדער ביציקלען.

פֿראַכט וואַגאָן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אַ קליינער געשלאָסענער לאַסט וואַגאָן אויף דער רעטישער באַן אין דער שווייץ

אַ פֿראַכט וואַגאָן אדער לאַסט וואַגאָן ווערט באַנוצט צו פֿירן פֿראַכט אַלס אַ טייל פֿון אַ פֿראַכט באַן צווישן סחורה ערטער. עס זענען דאָ פֿאַרשידענע סארטן פֿראַכט וואַגאָנען לויט דער סארט פֿראַכט אין טראַנספאָרט, און עס אַפֿט זענען דאָ פֿאַרשידענע סארטן וואַגאָנען אין איינע באַן.