לדלג לתוכן

עצי חיים

פֿון װיקיפּעדיע

עצי חיים (ווערטערליך: ביימער פון לעבן) רופט מען די צוויי שטעקנס וואס געפינען זיך ביי ביידע עקן פונעם ספר תורה, ארום וועלכע די יריעות פונעם ספר תורה זענען ארומגעדרייט. אין דעם אשכנזישן ספר תורה ענדיגן זיך די עצי חיים מיט הענטלעך וואס שטייען ארויס פון ביידע זייטן און דינען צו האלטן, הייבן און דרייען דעם ספר תורה.

עצי חיים איז א סעריע ספרים פון רבי חיים צבי טייטלבוים, רב און רבי אין סיגעט, וואס איז אויך באקאנט אלס בעל עצי חיים. צווישן די ספרים געפינען זיך עצי חיים אויף דער תורה, אויף די מועדים, אויף מסכת גיטין, אויף סוגיות, ווי אויך שו"ת עצי חיים אויף די ד' חלקי שולחן ערוך.

דער ספר עצי חיים אויף דער תורה איז ערשינען אין צוויי חלקים אין סיגעט אין יאר תרפ"ז; דער ערשטער חלק איז אויף דרך האגדה און דער צווייטער אויף דרך הדרוש.[1]

  1. ספר עצי חיים על התורה.