לדלג לתוכן

ענדרו שטראוס

פֿון װיקיפּעדיע

ראביי ענדרוּ שטראַוס (ענגליש: Andrew Straus) איז איינע פון די הויפט אקטיווע כלי קודש פון צענטראל סינאגאג.

אויפגעוואקסן אין א ליבעראלע קאנסערוואטיווע קהילה אין פאקיפסי.

ער האט שטודירט אין די באקאנטע היברו יוניאן קאלעדזש און אין בראנדייס יוניווערסיטי.

ער האט געדינט פאר דרייצן יאהר אין טעמפל עמנואל אין טעמפּע, אריזאנע וואו די קהילה האט געבליהט אונטער זיין פירעשאפט.

אזוי אויך אין די פענינסולע טעמפל שלום אין בורלינגאם, קאליפארניע און אין טעמפל בית שלום אין ניו יארק.

און פאר ער האט אנגענומען דעם איצטיגן פאסטן האט ער געדינט אין טעמפל סיני אין אוקלאנד, קאליפארניע פאר דריי יאהר.

איבעראל האט ער אריינגעברענגט א רוח החיים מיט זיין אייגנארטיגע פערזענליכקייט.

ראביי שטרויס איז פארהייראט און האט דריי קינדער.