לדלג לתוכן

עלזא (פארפרוירן)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון עלסא (דיזני))
עלזאַ

עלזאַ ביי דיזנילאַנד פּאַריז
סעריע פֿאַרפֿרוירן
ערשטער אויפֿטרעט "פֿאַרפֿרוירן" (2013)
שאַפֿערס קריס באַק
דזשעניפֿער לי
אקטיארן קייסי לוי ("פֿאַרפֿרוירן" מוזיקשוישפּיל)
שטימע אקטיארן אידינאַ מענזל (דערוואַקסענע)
עוואַ בעלאַ (8 יאָר אלט)
ספּענסער ייסי גאַנוס (12 יאָר אלט)
אינפארמאציע
מין נקבה
טיטל באַשיצערין פֿונעם פֿאַרכישופֿטער וואַלד (נאך אַבדיקאַציע)
קעניגין פֿון אַרענדעל (פֿון ירושה פֿונעם טראָנע ביז אַבדיקאַציע)
פּרינצעסין פֿון אַרענדעל (ביים געבורט)
משפחה קעניג רונעאַרד (זיידע)
קעניגין ריטאַ (באָבע)
קעניג אַגנאַר (פֿאָטער)
קעניגין אידונאַ (מוטער)
אַנאַ (שוועסטער)
אָלאַף (שאַפֿונג)
נאציאנאליטעט קעניגרייך פֿון אַרענדעל

עלזאַ פֿון אַרענדעל (ענגליש: Elsa of Arendelle) איז א כאראקטער אין דער דיזני אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן" פון 2013. אין דער פילם איז עלזאַ די קעניגין פון דאס פיקטיוו אַרענדעל קעניגרייך, און איר שטימע ווערט געשפילט דורך דער זינגערין און אקטריסע אידינאַ מענזל. עלזאַ האט א יינגערע שוועסטער מיטן נאמען אַנאַ (געשפילט דורך קריסטען בעל). עלזאַ איז געבוירן געווארן מיט מאגישע טאלאנטן צו שאפן שניי און אייז און ארבעטן מיט זיי, און זי פרירט כמעט אלץ וואס זי רירט. ווען זי קען נישט קאנטראלירן אירע כוחות, באהאלט זי זיך פון אלעמען.

עלזאַ איז באזירט געווארן אויף די הויפט כאראקטער פון דער מעשה "די שניי-מלכה". אינעם פילם איז עלזאַ געבוירן געווארן מיט אייז כוחות, און זי באשעדיקט איר שוועסטער אַנאַ, וואס מאכט אירע עלטערן פארמאכן זי אין איר צימער פאר איר גאנצע קינדהייט. עלזאַ'ס עלטערן שטארבן און זי ווערט די קעניגין, אבער זי לויפט אוועק צו האבן פרייהייט און אויסמיידן באשעדיקן מענטשן מיט אירע אייז כוחות. ווען עלזאַ פארפרירט דאס קעניגרייך אָן א כוונה, לויפט זי צו א ווייטן בארג. אַנאַ גייט אויף א רייזע נאך איר שוועסטער.

עלזאַ'ס ליד "לאז ארויס" (Let It Go) האט באקומען פילע גוטע באריכטן פון צוקוקער און קריטיקער, און איז איבערגעזעצט געווארן אפילו אויף יידיש (נישט ליצענצירט אדער אפיציעל).[1]