לאז ארויס

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

"לאָז אַרויס" (ענגליש: Let It Go, ווערטלעך: "לאז עס גיין") איז א ליד פון דיזני'ס אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן" פון 2013, וואס איז געשריבן און קאמפאזירט געווארן דורך קריסטען אַנדערסאָן לאָפּעז און ראָבערט לאָפּעז. אין דער פילם איז דער ליד געזונגען געווארן דורך דער זינגערין און אקטריסע אידינאַ מענזל אין איר ראלע אלס עלזאַ די שניי קעניגין, וואס לאזט איר קעניגרייך נאך אירע כוחות צו שאפן און קאנטראלירן שניי און אייז זענען אנטדעקט געווען אין פובליק. אין די בערג, זי פארשטייט אז זי האט נישט קיין סיבה צו באהאלטן אירע מאגישע כוחות, און דעקלארירט זיך פריי פון די גרענעצן און כללים וואס זי האט געדארפט פאלגן זינט קינדהייט צוליב זיי.

יידישער נוסח[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

א נישט-אפיציעלע איבערזעצונג פונעם ליד אויף יידיש מיטן נאמען "לאָז אַרויס" איז געמאכט געווארן אלס א טייל פון א "דיזני אין יידיש" ווארשטאט אין א יידיש וואך ביי די פאראייניקטע שטאטן.[1] עס איז געזונגען געווארן אין יידיש דורך דער זינגערין טעמע שעכטער, פון די "שעכטער טעכטער".

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]