עלזא (דיזני)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

עלזאַ (ענגליש: Elsa) איז א כאראקטער אין דער וואלט דיזני אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן" פון 2013. אין דער פילם איז עלזאַ די קעניגין פון די פיקטיווע ערנדעל קעניגרייך, און איר שטימע איז געשפילט געווארן דורך דער זינגערין און אקטריסע אידינאַ מענזל. עלזאַ האט א יונגערע שוועסטער מיטן נאמען אַנאַ (געשפילט דורך קריסטען בעל). עלזאַ איז געבוירן געווארן מיט מאגישע טאלאנטן צו מאכן און קאנטראלירן שניי און אייז, און זי פרירט כמעט אלץ וואס זי טאַפֿט. ווען זי קען איר כוחות נישט קאנטראלירן, באהאלט זי זיך פון אלעמען.

אויסטריטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עלזאַ איז באזירט געווארן אויפן הויפט כאראקטער פון די מעשה "די שניי-מלכה". אינעם פילם איז עלזאַ געבוירן מיט אייז כוחות, און זי שאט איר שוועסטער אַנאַ, וואס מאכט אירע עלטערן פארמאכן זי אין איר צימער פאר איר גאנצע קינדהייט. עלזאַ'ס עלטערן שטארבן און עלזאַ איז געווארן די קעניגין, אבער זי אוועקלויפט צו ענדלעך האבן פרייהיייט פאר זיך און אויסמיידן צו שאטן מענטשן מיט אירע אייז כוחות. ווען עלזאַ פרירט דאס קעניגרייך מיט נישט קיין כוונה, לויפט זי צו א ווייטן בארג. אַנאַ גייט אויף א רייזע נאך איר שוועסטער.

אפטראג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

עלזאַ'ס ליד "לאז ארויס" (Let it Go, "לאז עס גיין") האט באקומען פילע בפירוש׳ע באריכטן פון צוקוקער און קריטיקער.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]