לדלג לתוכן

עלווערסאן ראד דל״ב סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
קאארדינאטן: 51°28′06″N 0°00′58″W / 51.4684°N 0.0162°W / 51.4684; -0.0162
עלווערסאן ראד דאקלאנדס לייכטע באן
בילד

סטאנציע

(למפת גרויסלאנדאן רגילה)

לאקאציע פון עלווערסאן ראד אין גרויסלאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Elverson Road
יאר געעפנט: 1999
לאקאציע: סט דזשאנס
בארא: לואישעם
פארוואלטער: דאקלאנדס לייכטע באן
צאל פעראנען: 2
טראוולקארטע זאנע: זאנע 2 און 3
דל״ב יערלעכע פאסאזשירן
2014 ארויף 1.727 מיליאן
2015 ארויף 1.809 מיליאן

עלווערסאן ראד (ענגליש: Elverson Road) איז א דאקלאנדס לייכטע באן (דל״ב) סטאנציע אין סט דזשאנס, א וואוין־געגנט אין דרום־מזרח לאנדאן.

זי איז אין טראוולקארט זאנע 2 און 3.

עלווערסאן ראד סטאנציע געפינט זיך איבער דעם גרענעץ צווישן דער לאנדאנער בארא פון לואישעם מיט דער קעניגלעכער בארא פון גריניטש.

עלווערסאן ראד דל״ב סטאנציע האט געעפנט דעם 3טן דעצעמבער 1999 מיט דער פארלענגערונג פון דער דאקלאנדס לייכטע באן קיין לואישעם.

אין די נישט שפיץ שעה׳ן פארן 12 באנען א שעה קיין באנק און 12 באנען א שעה קיין לואישעם. אין דער פרי פארן באנען אויך קיין סטראטפארד.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: עלווערסאן ראד דל״ב סטאנציע
פריערדיקע סטאנציע   דאקלאנדס לייכטע באן DLR   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציע
דאקלאנדס לייכטע באן
קיין באנק אדער סטראטפארד