לדלג לתוכן

ספר המדות

פֿון װיקיפּעדיע

ספר המדות איז א ספר פון ר' נחמן פון ברסלב געשטעלט אויף די מדות לויטן סדר פון די א"ב, דאס הייסט עס הייבט אן אות אמת, דערנאך אמונה, אות ב' איז בטחון, אות ג' גאווה און אזוי ווייטער.

אין אסאך פריערדיגע דרוקן ווערט עס גערופן "ספר הנהגות ישרות מסודר עפ"י א"ב".

דער ספר איז א זאמלונג פון אסאך מאמרי חכמינו ז"ל און מדרשים, ווי אויך מוסר רייד און הנהגות וויאזוי דער מענטש זאל זיך פירן ארויסגענומען פון פסוקים פון תנ"ך.

דער ספר האט מחבר געווען און געשריבן דער צדיק ר' נחמן מברסלב. נישט אלעס וואס ר' נחמן האט געהאט געשריבן דערפון האט ער געגעבן צו דרוקן אסאך האט ער נישט געוואלט לאזן דרוקן, אין הקדמה שטייט אז אויף אות "רפואה" האט ר' נחמן געהאט אפגעשריבן אלע סארט רפואות אויף אלע סארט קראנקייט איבער צוויי הונדערט בויגן, און האט עס נישט געוואלט לאזן דרוקן.

דער סדר פון דער העתקה פונעם כתב יד

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן האט געשריבן דעם ספר ווען ער איז נאך געווען זייער יונג, עס איז דא וואס זאגן אז ווען ער האט עס געשריבן איז ער געווען אינגאנצען זעקס אדער זיבן יאהר, די מאמרים איז נישט וואס ר' נחמן האט געטראעפן אביסל דא און אביסל דארט, ווייל אויב יא דארף מען פארשטייטן פארוואס האט ער אויסגעוויילט פונקט די מאמרים און נישט אנדערע, למשל אין אות אמונה ברענגט ער פארשידענע מאמרים פון ש"ס און פון חידושי אגדות למהרש"א, שטעלט זיך א קשיא פארוואס ברענגט ער פונקט די, אין דער צייט וואס מען טרעפט אסאך אנדערע מאמרים וואס ר' נחמן זעלבסט ברענגט עס אין זיינע אנדערע ספרים. נאר עס איז ליבערשט א זאמלונג פון פארשידענע וויכטיגע זאכן וואס ר' נחמן האט געהאלטן לויט זיין חשבון און אויסרעכענונג אז דורך ספעציעל די זאכן וועט מען זוכה זיין צו אמונה גלייבן אין השי"ת.

דער ספר האט זייער אסאך פון חידושי אגדות למהרש"א, און אויך פון די מפורשי עין יעקב. עס איז בכלל א כלל אין ר' נחמן'ס ספרים, ער האט זיך באנוצט ענדערש מיטן עין יעקב ווי מיט ש"ס זעלבסט, רוב פון מאמרי חז"ל פון ש"ס וואס ער ברענגט איז לויטן נוסח פון עין יעקב, ווי עס זעהט אויס האט ער זייער אסאך עוסק געווען אין עין יעקב, און אזוי שטייט אין שבחי הר"ן אז ער האט אין זיין יונגעט אסאך געלענרט אין עין יעקב. דעריבער ווערט דארט אין ספר המדות אויך געברענט פון אנדערע מפורשים פון עין יעקב ווי דער הכותב און דער חידושי הרי"ף.

ביי ר' נחמן אין זיין כתב יד איז געווען געשריבן אויף יעדער זאך פון ווי ער נעמט עס ארויס פון וועלכע פסוק און חז"ל ער לערנט ארויס די זאכן, אבער ווען ער האט עס געזאגט פאר ר' נתן און געגעבן פאר די תלמידים האט ער עס געגעבן אהן די מראה מקום פון ווי ער נעמט עס.

דער חילוק פון ערשטן חלק ביז צום צווייטן חלק

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ספר אנטהאלט צוויי חלקים, דאס הייסט יעדעס אות איז איינגעטיילט אין חלק א' און אין חלק ב', דאס הייסט למשל אות אמונה האט א חלק א' און גלייך נאך ח"א איז דא א ח"ב. אזוי ווייטער אנדערע אותיות. די ערשטע חלק איז פסוקים און מאמרי חז"ל פון ש"ס, וואס איז גאנץ פשוטע זאכן. דער צווייטער חילוק איז מער טיפערע זאכן, זייער אסאך אין צווייטן חלק איז ענינים בקיצור וואס אין דעם גרויסן ספר פון ר' נחמן ליקוטי מוהר"ן ווערט עס ארום געשמועסט ברייט.

דער ערשטער חלק האט ר' נחמן געשריבן צוזאמען מיט זיין תלמיד רבי נתן, ווייל ביי ר' נחמן איז עס שוין געווען לאנג אפגעשריבן, אבער ער האט נישט געגעבן זיין אייגענע כתב יד צו דרוקן, ער האט אסאך נישט געוואלט געבן צו דרוקן, דעריבער האט ער גערופען צו זיין זיין חשובער תלמיד ר' נתן און האט אסאך צייט געשריבן דעם ספר, ר' נחמן האט פארגעזאגט אלע זאכן לויטן סדר פון דעם א - ב, און ר' נתן האט עס געשריבן, לויטן סדר פון דעם א - ב, ער האט גענומען צו שרייבן עטליכע וואכן יעדען טאג דריי פיר שעה ביז עס איז געווארן פארטיק חיי מוהר"ן סי' תל"ד.

דער צווייטער חלק האט ר' נחמן געגעבן פאר עטליכע פון זיינע תלמידים, עס איז געווען געשריבן נישט אין קיין סדר פון א - ב, נאר מאמרים נישט אין א סדר, ר' נחמן האט עס פארצייכנט פאר זיך יעדעס מאל ווען ער האט עפעס משיג געווען האט ער געשריבן נאך א מאמר און נאך א השגה, דאס אלעס האט ער צוביסלעך געגעבן פאר אסאך פון זיינע חסידים, ווען ר' נתן איז געקומען האט ער עס צוזאמענגענומען פון אלע תלמידים און האט עס עקסטער מסדר געווען לויטן סדר פון דעם א - ב און האט עס צוזאמענגעשעטלט מיטן ערשטען חלק, ער האט אלעס געוועיזן פאר זיין רבי, און זיי רבי האט מסכים געווען אויף זיין סדר (הקדמת הספר המדות, וימי מוהרנ"ת ח"א סי' ל').

וואו אזוי האט עס ר' נחמן געגעבן צו דרוקן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ספר איז געלעגן אין כתב יד ביז ר' נחמן האט אפגעמאכט ער וויל עס געבן פאר זיינע תלמידים זיי זאלן עס דרוקן. ווען ער האט עס געגעבן האט ער פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה. מיר וועלן פארציילן די מעשה דאהי וואס עס שטייט אין הקדמה פון ספר, און וויאזוי עס איז מקובל ביי ברסלבער חסידים.

ר' נחמן האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן ר' דוב חיה'לעס, ער האט זיך געמאכט א סדר, יעדעס מאל ווען ער איז געקומען צו זיין רבי ר' נחמן האט ער איהם פארציילט אינטערעסאנטע זאכן און תורות וואס ער האט געזעהן אין פארשידענע ספרים, מאכט זיך אמאל ער קומט צו זיין רבי און פארציילט איהם א מעשה אזוי: געווען אמאל א חשובער איד א ראש ישיבה וואס האט זיך גענומען פאר זיין טאכטער א חתן, א למדן אן פיינער בחור, ער האט געלערענט פלייסיג בייטאג און ביינאכט, מאכט זיך אמאל ער איז נכשל געווען אין א שלעכטע זאך, און דערפון איז באשאפען געווארן א שלעכטער מלאך, דער מלאך האט זיך פארשטעלט פאר א מגיד און איז געקומען לערנען מיט דעם יונגערמאן תורה, דער יונגערמאן האט זיך געוואוסט עס עפעס איז שלעכט און האט אסאך געהערט פון דעם מגיד, אבער אין אמת'ן איז דער מגיד געווען פון דער סטרא אחרא.

איינמאהל זאגט דער מגיד פאר דעם יונגערמען אז פון הימל וויל מען ער זאל זיך פארליבן צו זיין ווייב ווען זי איז א נדה, אין אומריינע טעג, דער מגיד האט אויפגעוויזן פארן יונגערמאן אז אויב ער וועט עס טוהן וועט ער זוכה זיין אז דאס קינד וואס וועט געבוירן ווערן וועט זיין די נשמה פון משיח. דער יונגערמאן האט איהם געגלייבט און איז געקומען צו זיין ווייב און האט איהר פארציילט אז א מגיד פון הימל האט זיך באוויזן פאר איהם און האט געזאגט ער זאל עס טוהן, אבער זיין פרוי איז געווען א גאט פארכטיגער, און האט נישט געוואלט, זי האט געזאגט זי וועט פרעגן איהר טאטע, דער פאטער האט זיך זייער דערשראקען און האט גערופן צו זיך זיין איידער און איהם געזאגט וויסן זאלסטו דער מגיד איז נישט קיין גוטער, ער קומט פון דער סטרא אחרא, איך וועל דיר געבן א סימן, ווייל אויף א עהרליכער מגיד איז אויסגעקריצט אלע א -ב אויף זיין שטערען, און די אותיות פון י'ה'ו'ה' לייכטן, אבער אויף א נישט גוטער מלאך לייכטען נישט די אותיות פון שם הוי"ה, דעריבער זאלסטו קוקען אויב לייכטן נישט די אותיות זאלסטו וויסן אז עס טויג נישט מיט איהם און זאלסטו זיך היטען, אבער איך ווייס אויב וועסטו איהם נישט פאלגן וועט ער דיך וועלן שעדיגן דעריבער האט איהם זיין שווער איבערגעגעבן פארשידענען וועגן וויאזוי ער זאל ניצול ווערן פון דער מגיד. אזוי איז טאקע געווען ביינאכט ווען דער מגיד איז געקומען האט דער יונגערמאן געזהן אז די אותיות פון שם הוי"ה לייכטן נישט, און האט פארשטאנען ער טויג נישט, האט ער מכוון געווען וואס זיין שווער האט איהם געזאגט און איז ניצול געווארן, דאס האט אלעס דערציילט דער תלמיד צו ר' נחמן.

ר' נחמן איז זייער אנגעצונגען געווארן פון די מעשה, און האט זיך אנגערופן: ביי אונז ברוך השם לייכטען אלע אותיות פון א - ב מיט א סדר. און האט גלייך איבער געגעבן דעם ספר המדות אויף א - ב פאר זיינע תלמידים. (די מעשה שטייט אין הקדמה פון ספר המדות, עס איז דא א נוסח צווישן ברסעלעבר חסידים וואס זאגן אז די גאנצע מעשה האט ר' נחמן פארציילט פאר זיינע צוויי חשובע תלמידים ר' נתן מברסלב און זיי חבר ר' נפתלי פון נעמיראוו, און דאן האט זיי ר' נחמן געגעבן דעם ספר (אזוי איז געדרוקט אין ספר המדות אין פולין שנת ה'תרע"ב).


דאס חשיבות פונעם ספר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן זעלבסט האט זייער מחשיב געווען דאס ספר, ספעציעל האט ער זייער חשוב געהאלטן דעם צווייטן חלק פון דעם ספר, ער האט געזאגט אז יעדע זאך עקסטער פון דארט איז הויכע השגות.

אויך אנדערע ספרי קודש ברעגנען דאס ספר, ווי דאס ספר משמרת איתמר פון רבי איתמר פון קאנסקיוואליע א תלמיד פון רבי'ן פון לובלין, און רבי צדוק הכהן פון לובלין, דער ״צבי לצדיק״ (ר' יהושע צבי מיכל שפירא דף דכ"ח), אויך דער אלף המגן אויפן מטה אפרים ברענגט אין {סי' תרט"ו), דער מסגרת השלחן רבי חיים ישעיה הכהן ברענגט אים אויך אין זיינע אנדערע ספרים ווי אין חוסן ישועות סי' ל"ג, ישועות חכמה פל"ג, סידור ישועות ישראל סי' י"ג, כתב תורה. אויך אין ספר ארחות חיים ספינקא סי' רל"ט או"ד. אויך די ספרדישע גדולים ברענגען אסאך דאס ספר ווי רבי חיים פלאג'י אין זיינע ספרים מועד לכל חי סימן ה', עמודי חיים דף ק"ל, עתרת החיים סימן כ"ד, דער כף החיים פון רבי יעקב חיים סופר ברענגט אים אין חלק ב' סימן צ"ח, און חלק ג' סימן קנ"ז.

אויך איז דא אסאך רביים וואס האבן געשריבן ווארימע הסכמות אויפן ספר ווי דער ראדזינער רבי ר' מרדכי יוסף ליינער, דער ביאלע לובלין ר' אברהם יהושע העשיל ראבינאוויטש, און נאך (זעה דעם דרוק אין יאר תרע"ה).

אויך די אונגארישע צדיקים ברענגען אסאך דעם ספר ווי עס איז באקאנט דער גאלאנטער רב פלעגט אסאך קוקן דערין, פאפע רב אין צדה לדרך, אמונה אות ר"ג, סוגה או"ג, דער סגולות ישראל ברענגט איהם גאר אסאך. אויך דער סאטמאר רב רבי יואל טייטלבוים האט אסאך געלערנט ווי עס דערציילט דער ספר מושיען של ישראל (ח"ו) א אינטערעסאנטע מעשה אין דעם טאג וואס ער האט זיך געצויגן פון קראלי קיין סטאמאר.

ביאורים און פירושים אויף דעם ספר

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי געשריבן האט ר' נחמן געהאט פאר זיך אלע מקורות פון ווי ער נעמט עס ארויס, אבער האט עס נישט געגעבן צו דורקן, ר' נתן שרייבט אין דער הקדמה אז ער האט פארשטאנען פון זיין רבין אז יעדער איינער זאל זיכען א מראה מקום און א מקור ווי די זאכן שטייען, ר' נתן האט טאקע אזוי געטוהן און ווען ער האט געדרוקט דעם ספר האט ער צוגעלייגט אסאך מראה מקומות און מקורות. ר' נתן מברסלב האט אויך געשריבן אסאך ביאורים און מקורות אויפן ספר אין זיינע אכט בעדענר ליקוטי הלכות צווישן די לאנגע דרושים און מאמרי חסידות געפינט זיך אסאך אויף ספר המדות.

אין יאהר ה'תרל"ד האט דער גאון ר' נחמן גאלדשטיין דער רב פון טשעהרין געדרוקט אסאך בראסלעווער ספרים אין לעמבערג צווישן זיי אויך א נייע אויפלאגע פונעם ספר המדות, ער האט צוגעלייט רוב מראה מקומות און מקורות צום דעם ספר אויף א וואנדערליכן אופן, דאס איז געדרוקט הייינט צו טאג אין כמעט אלע ספר המדות, עס איז געצייכט יעדער מאמר פון וואו עס קומט פסוק אדער תנ"ך, פון צווייטן חלק וועלכע מדרש, אדער פון וועלכע שטיקל פי' אויפן עין יעקב עס קומט, מען זעהט דערין סיי דאס גרויסקייט פון ר' נחמן מברסלב וויאזוי ער האט געטראאפען באהלטענע סגולות אין עצות וואס מען טרעפט נישט אויפן פשוטן בליק, אבער אויך דערקענט זיך דערין די גרויסע גאונות און בקיאות פון ר' נחמן דער רב פון טשעהרין, ווי ער האט צוגעטראפען די מקורות אויף א וואונדערליכן אופן.

עס שטעלט זיך ארויס אז ר' נחמן ווען ער האט געשריבן דאס ספר האט ער ארויסגענומען די עצות פון תנ"ך דווקא אויפן די רייע, דאס הייסט די ערשטע עצה פון אות אמונה איז למשל פון שופטים, ווען די צווייטע עצה פון אות אמונה נישט זיין פון יהושע צו פון דברים נאר פון שופטים און ווייטער דאס הייסט אין שמואל, מלכים, ישעיה. הערשט ווען ער וועט זיין פארטיג מיט גאנץ תנ"ך וועט ער נאכאמאל אנהייבן פון אנהייב תורה. די זעלבע איז מיט ש"ס אויב טרעפט ער א מקור פון א מאמר אין מסכת סנהדרין וועלט דער מקור דערנאך קומען פון א מסכת נאך סנהדרין פון מכות צו פון שבוועת נישט פון א מסכת פאר סנהדרין, אט דאס ווייסט א וואונדערליכן אופן און א גרויסע התמדה מיט א ריזיג בקיאות וואס דער מענטשליכן שכל קען עס שווער פארשטיין.

דער טשעהרינער רב האט גענומען אלע מראה מקומות און מקורות פון ר' נתן מברסלב וואס ער האט געלייגט ביי זיין דרוק ה'תקפ"א און ער האט עס אריינגעלייגט אין זיין פי', דערפאר זעהט מען נישט אין רוב פון די היינטיגע דרוקן פירושים פון ר' נתן ווייל דאס איז נכלל אין דעם פי' פון טשעהרינ'ס רב. אויך ברענגט ער עטליכע רמזים און פי' אויף די וואס שטייט אינעווייניג, וואס ער האט געהערט פון תלמידים פון ר' נחמן וואס זיי האבן דאס געהערט פון ר' נחמן זעלבסט זעה לדוגמא אין ספר המדות אות יראה סעי' ב').

עטליכע יאהר שפעטער האט דער גרויסער באקאנטער גאון רבי צדוק הכהן מלובלין, אויך זיך מתעמק געווען אין דעם ספר, און געשריבן א גאנצע ריי מיט מקורות אויף דעם ספר, ברעסלעבער חסידים האבן זיי זייער געפרייעט צו די נייע מראה מקומות פון דער באקאנטער גאון ר' צדוק, און האבן זיך משתדל געווען עס צו דריקן, די ירושלמער חסידים האבן געוואלט עס דארט דרוקען אבער ביי די ענדע האט מען עס געדרוקט אין פולין (זעה נחלי אמונה מכתב י', שארית ישראל מכתב ל"ב), צוזאמען מיטן פי' פון ר' נחמן פון טשעהרין, יעדעס מאל וואס זיי האבן געשריבן דעם זעלבן מקור פון תנ"ך צו ש"ס, האט מען געשריבן בלויז אינעם פי' פון טשעהרין און צוגעלייכט א שטערן * דאס הייסט ביידע שרייבן די זעלבע דארטן ווי זיי האבן געשריבן פארשידענעארטיגע מקור, האט מען עס צוטיילט דאס הייסט א מראה מקום פון טשעהרין אין אין זיין פי' און א מקור פונעם כהן איז איז זיין פי'.

די רשימה פון אלע דרוקן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ערשטע מאל וואס מען האט געדרוקט דעם ספר איז געווען אין יאהר ה'תקע"א א יאהר נאכן הסתלקות פון ר' נחמן מברסלב, אין שטעט מאהלוב. אין יענעם יאהר האט ר' נתן זיך זייער משתדל געווען צו דרוקען אסאך פון זיין רבינ'ס ספרים, ווייל ער האט פארשטאנען אזוי וועט זיך ציעהן דעם דרך פון זיין רבי'ן צווישן די ספרים וואס איז פארטיג געווארן אויף ראש השנה שנת ה'תקע"ב איז דער ספר, ר' נתן האט עס געברענגט אויף ראש השנה צו ברסלעבער חסידים, זיי האבן זיך דערצו זייער געפרייט. ווי עס שטייט אין ימי מוהרנ"ת (ח"א סי' פ').

ניין יאהר שפטערר האט ר' נתן נאכאמאל געדרוקט דעם ספר המדות, דאס איז געווען אין יאהר ה'תקפ"א, אין יענעם יאהר האט ר' נתן מיט זיינע תלמידים געשטעלט א דרוק ביי זיך אין שטוב, דער דרוק איז געשטעלט געווארן נישט לעגאל וויבאלד דער רעגירונג האט נישט מסכים געווען מען זאל דרוקן ברסלעבער ספרים, ר' נתן האט ביי דעם דרוק אסאך פאראכטען מיט פארשידענע הוספות און עס געגרייט מיט שיינע הקדמות, צוגעלייגט דאס ערשטע מאל זיינע אייגענע מקורות, ווי עס שרייבט אין זיינע הקדמות.

דערנאך האט מען עס געדרוקט אין די יאהרן ה'תר"ט, ה'תרי"ז, ה'תרי"ט, ה'תרל"א, ה'תרע"ב דורך דעם באקאנטען פולישן חסיד ר' אריה לייב ציגעלמאן, ה'תרע"ה דורך ר' יהודא לייביל ראזענפעלד, ה'תרפ"ג, ה'תרפ"ז, ה'תרפ"ט, ה'תש"א,