יעקב חיים סופר
![]() | |
הרב יעקב חיים סופר | |
געבורט |
1870 ה'תרכ"ז אדער ה'תר"ל באגדאד, אטאמאנישע אימפעריע ![]() |
---|---|
טויט |
1939 (אלט 69 בערך) ט' סיון ה'תרצ"ט ירושלים, בריטישער מאנדאט ![]() |
כינוי | כף החיים |
קבורה ארט | הר הזיתים |
טעטיקייט ארט | באגדאד, ירושלים |
באשעפטיגונג | הלכה, קבלה, סת"ם, דרשן |
זיינע רביס | הרב אלישע דאנגור, הרב יוסף חיים פון באגדאד, הרב חיים שאול הכהן דוויק |
תלמידים | הרב יהודה צדקה, ראש ישיבה פון פורת יוסף |
חיבורים | קול יעקב, כף החיים, חיים עד העולם, ישמח ישראל, יגל יעקב, חוקי חיים |
![]() ![]() |
הרב יעקב חיים סופר (ה'תרכ"ז[1] אדער ה'תר"ל[2] - ט' סיון ה'תרצ"ט, 27סטן מיי 1939) איז געווען א מקובל, א מחבר פון ספרים און א פוסק, וואס האט געשריבן דאס הלכה ספר כף החיים.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין באגדאד צו זיינע עלטערן רב יצחק ברוך בן רבי אליהו פון דער "מוסה" משפחה און רביצין אסתר. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער און אויך צו ווערן א סופר סת"ם. ער האט געלערנט ווייטער אין דער "מדרש בית זילכה" ישיבה אונטער הרב עבדאללה סומך. אויך האט ער געלערנט ביי הרב אלישע דאנגור מחבר פון מעשה בית דין. ער איז באאיינפלוסט געווארן אין תורה און קבלה פון הרב יוסף חיים פון באגדאד, מחבר פונעם "בן איש חי", וואס האט אים געגעבן היתר הוראה. ער האט חתונה געהאט מיט רביצין פרחה בדהובא.[3] פאר פרנסה האט ער געדינט ווי א סופר סת"ם, דעריבער האט ער גענומען דעם משפחה נאמען "סופר".
ראש חודש סיון 1904 ה'תרס"ד האט ער אימיגרירט קיין ארץ ישראל מיט זיינע פריינט, רבנים יחזקאל עזרא רחמים און צדקה חוצין. ער האט געוואוינט אין דעם בוכארים געגנט און האָט געלערנט אין דע מקובלים ישיבה בית אל.
אויף זיין נאמען האט מען געגרינדעט די ״כף החיים״ ישיבה אין דער שטאָט צאפראָ, מאראקא, און נאך א ישיבת כף החיים אין גבעת משה, ירושלים.
משפחה
ער האָט חתונה געהאַט מיט רביצין פריחא (לבית בדהובא) פֿון וועמען זיינע קינדער וואָס האָבן געוואוינט אין ירושלים זיינען געבוירן געוואָרן:
- הרב רבי ראובן סופר.
- הרב רבי משה סופר, וועלכער האָט זיך באשעפטיקט מיט די סת"ם און האָט געהאָלפן זיין פאָטער א סך יאָרן אין דרוקן דאס ספר כף החיים און נאך ספרים.
- רביצין רעדזשינא מועלם-מלמד (ווייב פון רבי יוסף חיים מועלם).
- רביצין דזשארדזיא דארגאן.
תלמידים
- הרב עזרא בצרי
- הרב יהודה צדקה, ראש ישיבת פורת יוסף.
- הרב משה חי שראבני
- הרב יוסף חיים מועלם, איידעם.
- רבי משה סופר, זון.
- רבי יצחק שלום סופר, אייניקל, מענטש פון צדקה און גוטהאַרציקייט למוסדות תורה פון די גרינדער פון די ליכוד.
רעפערענצן
- ↑ מוסטער:תדהר; אברהם בן-יעקב, יהודי בבל בארץ ישראל, ירושלים תש"מ, עמ' 366.
- ↑ לויט זיינע זין און אנדערע אין דער הקדמה פון דער צווייטער אויסגאבע פונעם ספר "כף החיים"; יעקב גליס, מגדולי ירושלים, ירושלים תשכ"ז, עמ' רמ"א; הרב יחיאל מיכל שטערן, גדולי הדורות, כרך ג', ירושלים תשנ"ו, עמ' 1076.
- ↑ אריינפיר צו זיין ספר ״ישמח ישראל״ אויף תורה, חלק א