סינאן

פֿון װיקיפּעדיע

קאצאַ מימאַר סינאַן אֵגאַ (אטאמאנישע טערקיש: خواجه معمار سنان آغا; מאדערנע טערקיש: Mimar Sinan; ‏15טן אפריל 1489 - 9טן אפריל 1588) איז געווען אן אטאמאנישער ארכיטעקט און ציווילער אינזשעניר. ער האט געארבעט פאר די סולטאנען סוליימאן דער ערשטער, סעלים דער צווייטער, און מוראד דער דריטער. בערך פופציק יאר האט ער געארבעט פאר דער אטאמאנישער אימפעריע, און געפלאנעוועט 500 געביידעס. מען צושרייבט צו אים דאס פלאנעווען דעם פראכטפולן שכם טויער אין ירושלים.

זיין מייסטערווערק איז דער סעלימיע מעטשעט אין עדירנע. זיין מערסטע בארימסטע ווערק איז דער סוליימען מעטשעט אין סטאמבול.

סעלימיע מעטשעט, געבויט דורך סינאן אין 1575. עדירנע, טערקיי.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

סינאן איז געבוירן געווארן אין 1489 אין א שטעט לעבן קייסערי אין אנאטאליע צו עלטערן וואס זענען געווען ארמענישע קריסטן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סינאן