סטרונעס בריק

פֿון װיקיפּעדיע

קאארדינאטן: 31°47′20″N 35°12′0.2″E / 31.78889°N 35.200056°E / 31.78889; 35.200056

די סטרונעס בריק אין ירושלים

די סטרונעס בריק איז א הענגבריק אין ירושלים געבויט פארן טראמוויי אריבערצופארן די שטארק באשעפטיקע גאסן ביים אריינגאנג צו דער שטאט. אויך איז דא א וועג פאר מענטשן צו ניצן די בריק.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כדי צו בויען די רויטע ליניע פונעם טראמוויי איז געווען נייטיק צו לייזן דעם פראבלעם פון באהעפטן די יפו גאס מיט הערצל בולוואר ביים אריינגאנג צו ירושלים. צוליב דער גרויסער פארקער אין דעם געגנט איז נישט מעגלעך אז דער טראמוויי זאל גיין דורך די גאסן אין דעם ארט, און אויך צו בויען די טראמוויי אונטער די גאסן וואלט געשטערט די פארקער אין אן אומאפגענומענען אופן. צום סוף, טראץ דער געגנשאפט פון די לאקאלע איינוואוינער, האט מען באשלאסן אז דער טראמוויי וועט אריבערגיין א בריק. די בריק האט געפלאנעוועט דעם שפאנישן ארכיטעקט סאנטיאגא קאלטראווא אלס די סטרונעס בריק. אינמיטן דער בריק איז א זייל פון שטאל הויך 130 מעטער, פון וואס ציען זיך 66 סטרונעס וואס האלטן אויף די בריק. די בריק האט א באדעקטן שטעג פאר פוסגייער. די סטרוקטור איז כולל א בריק פאר פוסגייער, מיט א גלעזערנער וואנט.

אין אפריל 2007 האט מען געלייגט דעם ערשטן טייל פון דער בריק. דעם 25סטן יוני 2008 האט מען געווידמעט די בריק פאר פוסגייער. אנהייב אפריל 2009 האט מען געענדיגט די ארבעט פון בויען די בריק און מען האט זי איבערגעגעבן צו דער סיטיפאס פירמע וואס האט געבויט די טראמוויי ליניע.