סטאניסלאוו לעם
| געבורט |
12 סעפטעמבער 1921 לעמבערג |
|---|---|
| טויט |
27 מערץ 2006 (אלט 84) קראקע, פוילן |
| מדינה |
פוילן |
| וואוינארט |
קראקע, וויען, לעמבערג |
| אונטערשריפט |
|
|
lem | |
סטאַניסלאַוו לעם (פּויליש: Stanisław Herman Lem; 1921, לעמבערג – 2006, קראָקע) איז געווען אַ גרויסער פּוילישער שרײַבער פאַנטאַסט פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. ער איז געװאָרן װעלט-באַרימט צוליב זײַן ראָמאַן „סאָלאַריס‟, וואָס איז איבערזעצט געװאָרן היינט אף עטלעכע שפּראַכן פון דער וועלט. עס זענען אויך צוויי פילמען, װאָס באַזירן אויף דעם ראָמאַן.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]סטאַניסלאַוו לעם איז געבוירן געוואָרן אין לעמבערג (דעמלט – אין באַשטאַנד פון פּוילן, איצט – אוקראַיִנע) אין משפּחה פון אַ דאָקטער. ער האָט געלערנט מעדיצין אינעם לעמבערגער אוניווערסיטעט, אָבער זײַנע לימודים זײַנען איבערגעריסן געוואָרן דורך דער צווייטער וועלט-מלחמה. בעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט סטאַניסלאַוו לעם זיך געראַטעוועט אַדאַנק פון פאלשע דאָקומענטן. ער האָט זיך געאַרבעט װי אווטאָ-מעכאַניקער און איז געווען אין דער פּוילישער ווידערשטאַנד-באַוועגונג. אין 1946 האָט סטאַניסלאַוו לעם זיך איבערגעצויגן קייו קראָקע. אינעם דאָרטיקעם אוניווערסיטעט האָט ער פאַרענדיקט זײַנע מעדיצין-לימודים, אָבער ער האָט זיך געווען מוסר נפש דער לטעראַטור און געוואָרן איינער פון די גרעסטע שרייבערס אינעם װיסנשאַפֿט־פֿאַנטאַסטישען זשאַנער אין דער וועלט. זיינע ביכער זענען איבערגעזעצט געווארן אין 37 שפּראַכן.
זײַנע ווערק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Czlowiek z Marsa 1946
- Szpital przemienienia 1948
- Asronauci 1951
- Oblok Magellana 1955
- Sezam 1955
- Czas nieutracony 1955
- Dialogi 1957
- Inwazja z Aldebarana 1959
- Sledztwo 1959
- Eden 1959
- Powrót z gwiazd 1961
- Solaris 1961
- Summa Technologiae 1964
- Niezwyciezony 1964
- Cyberiada 1967
- Glos pana 1968
- Pamietnik znaleziony w wannie 1971
- Kongres futurologiczny 1971
- Opowiesci o pilocie Pirxie, 1973
- Wielkosc urojona 1973
- Rozprawy i szkice 1974
- Wysoki zamek 1975
- Katar 1975
- Mortal Engines 1977
- Doskonala Próznia 1979
- Wisja Lokalna 1982
- Fiasko 1986
- Pokoj na Ziemi 1987
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- "די אַכטע רײַזע", אַ דערציילונג פון סטאַניסלאַוו לעמס בוך "שטערן-טאָגביכער" (ארכיווירט 26.09.2013 ביי דער Wayback Machine) (אין העברעיִשער איבערזעצונג)
- אהרן האַופּטמאַן "דאָס אָפענע און דאָס באַהאַלטע אין סטאַניסלאַוו לעמס ווערק" (אויף העברעיִש)