סאנרעמא קאנפערענץ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

סאַנרעמאָ קאָנפֿערענץ איז געווען אן אינטערנאציאנאלע קאנפערענץ אין איטאליע אינעם יאר ה'תר"פ (אפריל 1920) וואס האט דיסקוסירט איבער ווי אזוי צו צעטיילן די מאנדאטן אינעם מיטל מיזרח. אין די קאנפערענץ האבן זיך באטייליגט פרעמיער מיניסטארן פון פארשיידענע לענדער: בריטאניע, פראנקרייך, איטאליע, גריכלאנד און די פארטרעטער פון יאפאן און בעלגיע.

די אנטשיידונגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

איינע פון אירע אנטשיידונגען איז געווען, צי זאל דער בריטישער מאנדאט הערשן אויף ארץ ישראל, מיט א צוועק צו העלפן די יידן זאלן באקומען אין דער צוקונפט זעלבסטשטענדיקייט אין ארץ ישראל (אין באציונג צו דער באלפורס דעקלאראציע). וויא אויך ווער זאל הערשן איבער יארדאניע, און איראק.

און פראנקרייך וועט הערשן איבער סיריע, און לבנון, אלס פראנצויזישער מאנדאט.

זע אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]