נתן בירנבוים
מראה
געבורט |
16 מאי 1864 וויען, עסטרייכער אימפעריע |
---|---|
טויט |
2 אפריל 1937 (אלט 72) האלאנד |
מדינה | עסטרייך, עסטרייך אונגארישע אימפעריע, עסטרייכער אימפעריע |
לערנארט | ווינער אוניווערסיטעט |
נתן בירנבוים (דייטשיש: Nathan Birnbaum) (16טן מיי 1864 – 2טן אפריל 1937), אויך באוואוסט מיט דעם פסעוודאנים מתתיהו אחר,[1] איז געווען א יידישער דענקער וואס האט אויסגעקלערט דעם טערמין "ציוניזם". דערנאך איז ער געווארן א יידישיסט און האט אויפגעשטעלט די ערשטע קאנפערענץ פון יידיש.
אין גאנג פון דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווארן א בעל תשובה. ענדלעך האט ער זיך איינגעשלאסן אין אגודת ישראל און געווארן איר סעקרעטאר.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]בירנבוים איז געבוירן געווארן אין ווין, די הויפטשטאט פון עסטרייך. אין זיין יונגע יארן האט ער געלערנט אין דייטשע שולעס, און האט אויפגעהערט היטן מצוות. ביי די פופצן יאר האט ער, פון א נאציאנאליסטישן באוואוסטזיין, אוריסגעגעבן א העפט קעגן אסימילאציע.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אויפן נאמען פון אלישע בן אבויה, באקאנט אין ש"ס מיטן נאמען "אחר"
- מיכאל קינטאפ, "נתן בירנבוים. ביאגראפיע", טיבינגען, 1990