נסתרן
נסתּרן איז אַ ליד וואָס דער דיכטער לייב נײַדוס האָט אָנגעשריבן לכּבוד דעם שרײַבער פּנחס קאַגאַנאָוויטש וואָס איז דער עיקר באַקאַנט אונטערן פּסעוודאָנים "דער נסתּר / ניסטער". נײַדוס האָט 'נסתּרן' געהאַלטן פאַר אַ ברודער-שרײַבער.
נסתּרן - פון לייב נײַדוס
אין מאָנאָטאָנער פוילקייט אין דער וויסטער
פון קליינלעכע און גראָע עולם-הזה'ס
ביסטו אַ העלער בלומיקער אָאַזיס,
קאַפּריזער און אין-זיך-פאַרליבטער נסתּר!
דו ליבסט, ווי איך, דעם יונגן שיינעם עזות,
און די נאַטור און ווײַטע מצרים-פּריסטער...
איך ליב דײַן ווײַן – ווי האַסטיק-שטרוימיק פליסט ער
אין דײַנע שיינע אויסטערלישע וואַזעס!
האָסט אוצרות גאָלד, האָסט גאַנצע פּערל-טונען
אין פאָלקס-שפּראַך אין דער ייִדישער געפונען,
און ס'בליצט דער שײַן, און פריילעך אונדז באַגריסט ער!
איך ליב דיך – ווײַל דו לויכסט, מײַן שטאָלצער ברודער,
אַן איינציקער אין פּוסטן וועלט גערודער,
און ווײַל דו ביסט געווען און בלײַבסט אַ — נסתּר!
וועגן דיכטער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – לייב ניידוס
לייב נײַדוס איז געבוירן געוואָרן דעם 6טן אָקטאָבער, 1890, אין גראָדנע (פּוילישער ליטע), אין אַ ייִדיש-משכּילישן הויז און איז דאָרט ניפטר געוואָרן אין דעצעמבער, 1918, צו 28 יאָר. ער איז געווען באַקאַנט ווי דער ווירטואָז פון דער ייִדישער פּאָעזיע פאַר דער וואונדערלעכער שפּראַך-קענטעניש און ריטמען פון זײַנע לידער. נאָך מער, אָבער, איז זײַן נאָמען געווען פאַרבונדן מיט יוגנט קראַפט און פאַנטאַסטישע שילדערונגען פון וועלט-לעגענדעס און מיטאָלאָגיע (אַרײַנגערעכנט אַ סך לידער וואָס זײַנען געווען אין יענער צײַט קאָנטרעווערסיעל פאַר זייער אינהאַלט וועגן ליבע).
וועגן ליד
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נײַדוס איז געווען באַגײַסטערט פון דעם נסתּר, און אין 1915 אָנגעשריבן לכּבוד אים דאָס ליד "נסתּרן" (זײַט 405, אין דער זאַמלונג "ליריק" אַרויסגעגעבן אין 1926 אין וואַרשע, 8 יאר נאָך נײַדוסעס פּטירה). אין דעם ליד זינגט ער אַרויס לויב נסתּרן, און זאָגט "איך ליב דיך ... מײַן שטאָלצער ברודער".
השפּּּעות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]עס קען זײַן, אַז דער נסתּרס באַשרײַבונג "פּויליש" וועגן אַ כּשר-טאַנץ אויף אַ חתונה האָט דירעקט באַײַנפלוסט נײַדוסעס אייגענעם ליד "אַ כּשר-טאַנץ".