לייב ניידוס
אויסזען
| געבורט |
6 נאוועמבער 1890 גראדנע, רוסלענדישע אימפעריע |
|---|---|
| טויט |
23 דעצעמבער 1918 (אלט 28) גראדנע |
| מדינה |
רוסלענדישע אימפעריע |
| קבורה ארט |
גראדנע |
| פאך |
דיכטער, שרייבער |
| אונטערשריפט |
|
| אפיציעלע וועבזייטל | |

לייב נײַדוס (1890, גראָדנע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 1918, דאָרט) איז געווען א ייִדישער דיכטער. ער האָט דעביוטירט מיט אַ ליד אין וואַרשעווער "ראָמאַן-צײַטונג" אין 1907. בײַם דיכטערס לעבן זײַנען דערשינען צוויי זײַנע לידער-זאַמלונגען - "ליריק" (ווילנע, 1915) און "די פלייט פון פּאַן" (גראָדנע, 1918). שוין נאָך זײַן טויט, אין 1919 איז אין זײַן געבורטס-שטאָט דערשינען זײַן דריטע לידער-זאַמלונג "אינטימע ניגונים". חוץ דער אָריגינעלער דיכטונג האָט לייב נײַדוס איבערגעזעצט אין ייִדיש אַ סך מוסטער-ווערק פון דער וועלט-ליטעראַטור, בתוכם לידער פון שאַרל באָדלער, עטגאַר פּאָ, היינריך היינע, יאָהאַן וואָלפגאַנג געטע, אלכסנדר פּושקין, מיכאַיִל לערמאָנטאָוו אא.).
לידער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פון זײַנע ביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אַלע ווערק אין 5 בענדער, וואַרשע, 1923 – 1928.
- אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, 1972
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אַן אַרטיקל וועגן לייב נײַדוסעס לעבן און שאַפונג (אויף ענגליש)