נאציאנאלער ים מוזיי

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סקריפט פֿעלער: די פֿונקציע "אינפאקעסטל" עקזיסטירט נישט. דער נאציאנאלער ים מוזיי (ענגליש: National Maritime Museum) אין גריניטש, לאנדאן, איז דער פירנדער ים־מוזיי פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און אפשר דער גרעסטער ים־מוזיי אין דער וועלט. די היסטארישע געביידעס זענען א טייל פון דעם ים־גריניטש וועלט ירושה ארט; אויך איינגעגלידערט איז די קעניגלעכע אבזערוואטאריע און דאס 17טן-יארהונדערט קעניגינס הויז. אזוי ווי אנדערע נאציאנאלע מוזייען אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך וואס באקומען פינאנציעלן שטיץ פון דער רעגירונג, פאדערט דער נאציאנאלע ים־מוזיי נישט קיין אריינטריט געלט, אבער פאר די צייטווייליגע אויסשטעלונגען נעמט מען יא אריינטריט געלט.

זאמלונג[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פארטרעט פון קאפיטאן  דזשיימס קוק ביים נאציאנאלן ים־מוזיי

שוין זייט אוראלטע צייטן האט גריניטש געהאט שייכות מיטן ים און נאוויגאציע. ער איז געווען א לאנדן ארט פאר די רוימער; הענרי דער אכטער האט געוואוינט דא; דער ים־פלאט האט זיין ווארצלען אויפן וואסערפראנט ; און טשארלס דער צווייטער האט געגרינדעט די קעניגלעכע אבזערוואטאריע אין 1675 כדי צו "דערגיין דעם געאגראפישן לענג פון פלעצער". די היים פון גריניטש דורכשניטלעכע צייט און דעם הויפט מערידיאן זייט 1884, איז גריניטש לאנג געווען א צענטער פאר אסטראנאמישער שטודיע, און נאוויגאטארן ארום דער וועלט שטעלן זייערע זייגערס לויט זיין זייגער.

די ברעטאניע, מאלעריי פון זשול אשיל נאעל, 1859, ביים נאציאנאלן ים־מוזיי