לדלג לתוכן

נאכטשאטן

פֿון װיקיפּעדיע
נאכטשאטנס
א בליענדיקער Brugmansia x insignis פונעם אמעריקאנער באטאנישן גארטן
א בליענדיקער Brugmansia x insignis
פונעם אמעריקאנער באטאנישן גארטן
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: בליענדיקע פלאנצן
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Solanales
פֿאַמיליע: Solanaceae
Juss.

די נאַכטשאָטנס (לאטיין: Solanaceae) זענען א פאמיליע פון פלאנצן וואס האבן בלומען. א סך פון די פלאנצן אין דער פאמיליע קען מען עסן, אבער טייל פון זיי זענען גיפטיק. אפטמאל איז נאר א טייל פונעם פלאנץ עסבאר אדער גיפטיק. באקאנט אין דער פאמיליע זענען פאפריקע, קארטאפל, טאמאטן, פאטלעזשאן, פייסעליס, טאבאק, שווארצער טאלקארש און פייפלעך.

א היבשער טייל פון די נאכטשאטנס קומען פון אמעריקע, און מ'האט זיי נישט געזען אין אייראפע ביז די רייזעס פון קאלומבוס אינעם 15טן יארהונדערט.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: נאכטשאטן