משפחה מענטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

משפחה מענטש (ענגליש: Family Guy) איז אַן אמעריקאנישע אנימירטע קאמעדיע טעלעוויזיע סעריע פֿון דער קאַנאַל פֿאָקס. סעט מאַקפֿאַרלען איז סײ דער הויפטשרײבער און סײ דער מאַן, וואָס גיט אַ קול צו עטלעכע פארשוינען.

געשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מאַקפֿאַרלען האָט שטודירט בײ דער ראָד אײלנד שולע פֿאַר צייכענונגען. אַ פראיעקט פֿון דאָרטן איז שפעטער געוואָרן משפחה מענטש. פֿאָקס האָט אָנגעהויבן צו טראַנסמיטירן עס 1999. פֿאָקס האָט געמאַכט אַ סוף צו משפחה מענטש 2002, אָבער אין 2005 איז עס צוריקגעבראַכט געוואָרן.

כאראטקערן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

די הויפט כאראקטערן זענען די גריפֿין משפחה. זיי און אַלע אַנדערע פאָרשוינען וווינען אין קאָהאַג, ראָד אײלאַנד.

די גריפֿין משפחה[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • פיטער גריפֿין (געשפילט דורך סעט מאַקפֿאַרלען) – דער טאַטע. פֿריער האָט ער געאַרבעטעט בײ א שפילכל פֿאַבריק, שפעטער האָט ער געהאַט אַ פֿישערײ שיפֿל, און איצט ארבעט ער בײ אַ ברויז. ער איז גראָב און נאַריש און האָט זייער ליב צו טרינקן ביר. דערפֿאַר שאַפֿט ער פֿיל קאָמעדיע אינעם וויצבילד. למשל: ווען ער האָט געפֿינען אַ פאָפאָגײ, איז ער געוואָרן אַ פיראַט. נאָך דעם טויט פֿונעם פאָפאָגײ האָט ער געפֿינען אַן אָרגל; ער האָט אים צעשטערן און געפֿינט דעם אַקט פֿון אַ קי פֿאַרם.
  • לויס גריפֿין (געשפילט דורך אַלכס באָרסטין) – די מאַמע. זי לערנט פיאַנע, אָבער האָט נישט קיין אַנדער אַרבעט. ביידע מענער און פֿרויען געפֿעלן איר.
  • מעג גריפֿין (געשפילט דורך מילאַ קוניס) – די טאָכטער. אַלע מיינען, אַז זי איז מיאוס, און אַ סך חכמות ווערן געזאָגט וועגן דעם (צוליב דעם איז מעג אָפֿט זייער טרויריק). למשל, עס איז געווען א ייִנגל, וואָס האָט געטייט זײן ברודער אָנשטאָט צו עסן אָוונטברויט מיט איר (ער האָט געזאָגט, ’’איך מוז איצט גיין אויף דער לוויה פֿון אים’’). אָבער זי האָט געהאַט אַ פאָר ייִנגל–חברים.
  • קריס גריפֿין (געשפילט דורך סעט גרין) – דער עלטער זון. ער איז גראָב און נאַריש ווי פיטער. ער רעדט נישט אַזוי גוט מיט מיידלעך. ער קוקט אַ סך הײפֿטלעך און קען זייער גוט די אַמעריקאנישע קולטור.
  • סטוווי גריפֿין (געשפילט דורך סעט מאַקפֿאַרלען) – דער ייִנגער זון. ער איז זייער אַן אינטעליגענטן בייבי, וואָס קען רעדן ווי אַ דערוואַקסענער און מאַכן מאַשינען. פֿריער האָט ער געוואָלט זײן דער קיניג פֿון דער וועלט און טייטן לאָיס, אָבער איצט זײנען דאָ נאָר חכמות וועגן זײן האָמאָסעקסועלקײט.
  • ברײאַן גריפֿין (געשפילט דורך סעט מאַקפֿאַרלען) – דער הונט, און אַ טײערער חבר פֿון פיטער. ער קען אָבער גיין שפאַצירן און רעדן ווי אַ מענטש. ער האָט ליב קלאַסישע מוזיק און קען גוט זינגען, אָבער ער האָט ליב אויך צו טרינקן ווײן. ער זוכט תמיד אַ גוטע פֿרוי. ער האָט געוואָלט שרײבן אַ בוך, אָבער ווען ער האָט עס געשריבן, האָט קיינער עס ליב געהאַט. דאָס קול פֿון ברײאַן איז דאָס אמתע קול פֿון שת מאַקפֿאַרלען.

חכמות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

אַוועקשפרינגענדיקע חכמות‬[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

משפחה מענטש ניצט אָפֿט אַוועקשפרינגענדיקע חכמות ‫(ענגליש: ’’cutaway jokes’’)‬. דאָס הייסט, אַז בעת אַ סצענע, זאָגט אַ פאָרשוין אַ חכמה וועגן עפעס גאָר אַנדערש פֿון דער מעשה, און גייט דער אַפאַרַט אַוועק צו דעם. למשל: ’’דו ביסט אַזוי אומערלעך ווי פיטער, ווען ער האָט זיך אָנגעטאָן ווי אַ חסידישער ייִד כדי מוזן נישט גיין צו אַרבעט.’’ דעמאָלט זעט דער קוקער אָט די קורצע סצענע: פיטער טראָגט די בגדים פֿון אַ חסיד און רעדט מיט ’’אַנדערע’’ חסידים (אָבער דאָך זיי וויסן, אַז ער איז נישט קיין חסיד, און אַ חסיד בריקט אים).

אַנדערע חכמות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • ערני דער גרויסער האָן – (ער הייסט אַ ’’האָן,’’ אָבער ער איז מאַסקולין.) ערני און פיטער קריגן זיך אַ מאָל. נאָך דעם קעמף, גייט ממשיך די מעשה.
  • די בייזע מאַלפע – (אויך מאַסקולין) זי פֿלעג וווינען אין דער שאַפֿע פֿון קריס. ער איז אַוועקגעשפרונגען און האָט געמאַכט אַ שרעקלעך מינע.
  • קאַנוויי טוויטי – אַ מאָל, ווען עמעצער ווערט אין כעס בײ אַן אַנדער מענטש, זאָגט דער צווייטער, ’’הערן און פֿרויען, ה' קאַנוויי טוויטי!’’ דעמאָלט גייט דער אַפאַראַט צו קאַנוויי טוויטי, א כלי–זמר, און ער זינגט אַ ביסל.
  • ‫’‬ניין, ניין, ניין, ניין, ניין!’’ – איידער קליוועלאַנד (אַ חבר פון פיטער) איז אַוועקגעפָרן קיין ווירדזשיניאַ, פֿלעג פיטער על–פי טעות צעסטערן זײן הויז. קליוועלאַנד וואָלט געזעסן אין דער וואַנע, וואָס איז אַראָפגעפֿאַלן פונעם הויז. קליוועלאַנד וואָלט געשריען ’’ניין, ניין, ניין, ניין, ניין!’’

פראָבלעמען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

משפחה מענטש איז זייער אַ פאָפולערער וויצבילד, אָבער מען זאָגט, אַז עס זאָגן חכמות וועגן טעמען, וועגן וועלכע מען דאַרף נישט זאָגן קיין חכמות, למשל רעליגיע.