לדלג לתוכן

משה רוקח

פֿון װיקיפּעדיע

רבי משה רוקח (ה'תקע"ה - ב' אייר ה'תרמ"ז), פון קארעוו.

רבי משה איז געבוירן און יאר ה'תקע"ה, דער פערטער זון צו זיין פאטער הרב שלום רוקח, פון בעלזא באקאנט אלס דער שר שלום. און צו זיין מוטער מרת מלכה א טאכטער פון הרב ישכר דוב רומערז רב אין סקאהל.

רבי משה איז געווען רב און אן אדמו"ר אין מיעכאוו און אין קארעוו.

רבי משה איז נפטר געווארן ב' אייר ה'תרמ"ז.[1]

רבי משה האט געהייראט מרת שיינדל א טאכטער פון הרב פנחס זאב הורוויץ רב אין מיעכאוו, א זון פון רבי יוסף יאסקע פון יאס וואלטשיסק. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יהושע העשיל רוקח (ה'תקצ"ו - י"ח תשרי ה'תרנ"א (אומגעפער) ), איידעם ביי רבי צבי הירש פרענקל־תאומים פון פרעמישלאן. ממלא מקום פון זיין פאטער אין קארעוו, דערנאך (ווען די רעגירונג האט אים פארטריבן פון קארעוו) רבי אין פשעמישל.
    • רבי צבי הירש פון פאמעראן
    • רבי מאיר פון קאזלאוו. האט זיך געצויגן אין די פאראייניגטע שטאטן אין תרצ"א, נפטר געווארן אין תש"ב
      • רבי משה פון קאזלאוו (נפ' ח' תשרי תשל"א), איידעם ביי רבי אהרן היילפרין פון ברעזשאן
        • רבי מאיר פון קאזלאוו
        • רבי שמואל שלום פון קארעוו אין ניו יארק
        • די ווייב פון רבי יחיאל מיכל פון קאסאן־בארא פארק
        • די ווייב פון רבי בעריש פון נאראל
    • די ווייב פון רבי אהרן בן רבי אברהם לאנדמאן אב"ד סטרעליסק
    • די ווייב פון רבי שלום פון פשעמישל
  • הרב ישכר דוב רוקח ( - ), פון ליביטשאוו. דער "פוילישער רבי"
    • רבי שלום פון וואלבראם, איידעם ביי רבי אלטער דוד פון וואלבראם. אומגעקומען מיט זיין גאנצער פאמיליע אין חורבן אייראפע
    • רבי דוד (נפ' י"ח אייר תשט"ז), ליביטשאווער רבי אין ניו יארק. איידעם ביי רבי שלום פון אלעסק
  • הרב פנחס רוקח (נפ' כ"ה תמוז תרע"ה ), פון דאלינא. איידעם ביי רבי [יהודה צבי פון דאלינא און זיין ממלא מקום.
  • די ווייב פון הרב נפתלי צבי הירש האלבערשטאם רב אין פיעקלא.
  • מרת העניא, די ווייב פון הרב נפתלי גאלדבערג, פון שעלץ, מחבר פון "קול נפתלי" אויף תורה און ש"ס.
    • רבי אלטער (נפ' תרצ"ח), דער פשיבעקער רבי. (זיין בית מדרש איז געווען אויף פשיבעק גאס אין ווארשעץ)
  • די ווייב פון הרב אביגדור זעליג אונגאר, פון קאלאשין.



  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. אנגענומען אין בעלזא, זעט א.ל.ג. פארשידענע מיינונגען