לדלג לתוכן

משה רוקח (קאזלאוו)

פֿון װיקיפּעדיע
נישט ענדערן!
נישט ענדערן!
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ.

דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען.


רבי משה רוקח (תרנ"ו - ח' תשרי תשל"א) איז געווען דער קאזלאווער רבי.

רבי משה איז געבוירן געווארן אין סטרעליסק צו זיין פאטער רבי מאיר רוקח אין תרנ״ו. אין יענער צייט האט זיך זיין פאטער באזעצט אין קאזלאוו. ווען ער איז געווען אלט עלף יאר האט אים זיין פאטער געשיקט צום ברעזשאנער רב

פון ברעזשאן איז ר׳ משה געקומען קיין נעמיראוו, וואו ער האט געלערנט ביי רבי הערש עפשטיין, אב״ד פון נעמיראוו. אזוי איז ער אויך געפארן אסאך קיין בעלזא וואו ער איז געווען א חסיד און שטארק דבוק צו זיין רבי רבי ישכר דוב רוקח זצ״ל.

ער האט חתונה געהאט מיט מרת שלאמצי, די טאכטער פון רבי אהרן היילפרין. נאך זיין חתונה האט ער געוואוינט אין טארנפאל צוזאמען מיט זיין פאטער, רבי מאיר רוקח, דער קאזלאווער רבי.

דער רבי פון קאזלוב, וואס איז אויך געווען באשאנקען מיט א זיסע שטימע, האט פון זיין יונגן עלטער געמאכט א גרויסן רושם אויף די וואס האבן געהערט זיינע תפילות. דער טארנאפאלער רב האט אים באשטימט אלס בעל מוסף פאר די ימים נוראים אין ר' יעקעלס קלויז. אין יאר 1924 האט מען אים אויפגענומען אלס בעל תפילה פאר די הייליגע טעג, אין בית המדרש קהל צעירי דת ודעת אין מאנטריאל, קאנאדא. ער איז געפארן עטליכע מאל אהין און צוריק פון אייראפע קיין אמעריקא צו דינען אלס בעל תפילה. אין יאר 1929 האט ער זיך עמטליך באזעצט אין ניו יארק, וואו ער האט געעפנט די קאזלאווער בית מדרש אין די איסטסייד.

אין יאר תש"י האט ער זיך געצויגן צו וואוינען אין קראון הייטס, וואו ער האט דארט ממשיך געווען מיט זיין בית מדרש קאזלאוו אויף די פרעזידענט גאס. ער האט ספעציעל געקויפט א גרויסער הויז צו קענען אריינעמען א סך פליטים פון די צווייטע וועלט קריג. ער איז באקאנט געווען פאר זיין גרויסער אוצר הספרים. ער האט געהאט גאר א גרויסע סעלעקציע פון ספרי קודש און עתיק'ע ספרים. א סך אדמו"רים און רבנים זענען במשך די יארן געקומען באזוכן זיין אוצר הספרים, ווי די ליובאוויטשער רבי, סאטמאר, רבי אהרן קאטלער, הרב האוטנער.

די קינדער פון רבי משה רוקח זענען:

  • הרב מאיר, איידעם ביי ר׳ שמחה בונם גריניערגער, ראב״ד פרעשבורג היינט אין נואארק
  • הרב אהרן
  • די ווייב פון הרב יחיאל מיכל ראטנבערג, זון פון הרב משה שמואל ראטנבערג, קאסאנער רבי
  • די ווייב פון הרב דוב בעריש שפירא, נאראלער רבי, זון פון הרב חיים מאיר יחיאל שפירא.

רבי משה פון קאזלאוו איז נפטר געווארן נאך א לאנגער מחלה, ח׳ תשרי תשל״א. מען האט אים געברענגט צו קבורה דעם זעלבן טאג לעבן זיין פאטער.