לדלג לתוכן

מיליטער פון די פאראייניגטע שטאטן

פֿון װיקיפּעדיע

די אמעריקאנער מיליטער (ענגליש: United States Armed Forces) פונקצאנירט דורך זעקס אפטיילונגען:

  • ארמיי - Army
  • פלאט - Navy
  • מארינען - Marine Corps
  • לופטפלאט - Air Force
  • בארטן פאטראל - Coast Guard
  • ספעיס פארס - Space Force

פינף אפטיילונגען זענען אונטער דעם פארטיידיקונג דעפארטמענט ווען די קאוסט גארד איז אין קריג-צייטן אונטער די פלאט, און אלעמאל אונטער די דעפארטמענט פון היימלאנד זיכערהייט, די פארטיידיקונג דעפארטמענט איז אונטער די אויטאריטעט פון דעם פארטיידיקונגס מיניסטער.

די אמעריקאנער מיליטער איז די צווייטע גרעסטע מיליטער מיט די מערסטע טרופען נאך כינע מיט 2,685,713 טרופען ווען א געשאצטע 1.4 מיליאן טרופן זענען אין אקטיווע דינסט, פרויען קענען נישט דינען אין אלע פעלד פאזיציעס.

די אמעריקאנער מיליטער איז די שטארקסטע אויף די וועלט. די מיליטער קען אנקומען די שנעלסטע צו א יעדע סיטואציע צוליב אירע מעגליכקייטן, און בליץ שנעל אויפבויען מיליטערישע באזעס אויב נויטיג, מיט די לופט פלאט האבענדיג א גרויסע גרופע פון: C-5 געלעקסי, C-17 גלאוב-מעסטער, C-130 הערקולעס, עראפלאנען פאר טראנספארטאציע, און די העליקאפטער סקוואד פון די מארין קארפס, אויף די נעווי עיר-קעריעיערס קאמבינירט מיט די מיליטערישע דאקטירין פון גרינגע באוועגונג מיט אן אויסגעשטעלטע 48 בריגאדע וואס איז גרייט פאר יעדען פאל. די מעגליכקייט, שנעלקייט צו רעאקציע, און די שטארקייט מיט דעם קען זיך קיין איין מיליטער פארגלייכען.

די קאמאנדיר און טשיף-די הויפט איז דער פרעזידענט און אונטער אים איז די דעפענס מיניסטער (שר ההגנה) א קאבינעט ראנק און ער צו די קעמפער-קריג קאמאנדירן אויסקרויזענדיג די זשאינט טשיף אף סטעף (Joint Chiefs of Staff (JCS, פון יעדע אפטיילונג וואס האט געמאכט פראבלעמען זייענדיג די ראנק צווישען מיניסטער און די קאמאנדירען ביז יאהר 1986 ווען ס'געטוישט געווארן.

אפטיילונג אקטיוו פרויען פראצענט אויפן ליסט אפיצירען
ארמיי 500,203 15.2% 414,325 69,307
מארין קארפס 180,000 [1] 6.0% 157,150 19,052
פלאט 375,521 14.5% 319,929 55,592
לופטפלאט 358,612 19.6% 285,520 73,091
בארטן פאטראל 40,151 10.7% 31,286 7,835
אינאיינעם 1,450,689 14.9% 1,196,210 254,479

441.6 ביליאן דאלער איז דער בודזשעט פאר 2006

  1. www.military.com. Marines Dispute QDR. דערגרייכט דעם July 27, 2006.

{{}}