מילטאן פרידמאן
געבורט |
31 יולי 1912 ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
16 נאוועמבער 2006 (אלט 94) סאן פראנציסקא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
מילטאן פֿרידמאַן (ענגליש: Milton Friedman; 31סטן יולי, 1912 – 16טן נאוועמבער, 2006) איז געווען אן אמעריקאנער עקאנאמיסט, סטאטיסקער, מחבר און פראפעסאר ביים אוניווערסיטעט פון שיקאגא מער ווי דרייסיג יאר. ער איז געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר עקאנאמיק, און איז באוואוסט פאר זיין פארשונג אין פארניץ אנאליז און געלטיקע היסטאריע און טעאריע.[1] אלס א פירער פון דער שיקאגא שולע פון עקאנאמיק, האט ער געהאט אן איינפלוס אויף דער פארשונג אגענדע אין דער עקאנאמיק פראפעסיע. אין אן ארומפרעג פון עקאנאמיסטן האט מען געהאלטן פרידמאן דער צווייטער פאפולערסטער עקאנאמיסט פונעם 20סטן יארהונדערט נאך דזשאן מיינארד קינס,[2] און דער עקאנאמיסט האט אים באשריבן "דער עקאנאמיסט וואס איז דער גרעסטער בעל־השפעה אינעם צווייטן העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט…אפשר פון אים אינגאנצן."[3]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Milton Friedman on nobelprize.org. Nobel Prize (1976). דערגרייכט דעם 20סטן פעברואר, 2008.
- ↑ Davis, William L, Bob Figgins, David Hedengren, and Daniel B. Klein. "Economic Professors' Favorite Economic Thinkers, Journals, and Blogs," Econ Journal Watch 8(2): 126-146, May 2011. [1]
- ↑ "Milton Friedman, a giant among economists", The Economist (November 23, 2006). דערגרייכט דעם 20סטן פעברואר, 2008.