לדלג לתוכן

מילא וויאדוקט

פֿון װיקיפּעדיע

דער מילא וויאַדוקט (פראַנצויזיש: Millau Viaduc) איז דער וועלט'ס העכסטע הענגנדיגע בריק וועלכע געפינט זיך נעבן מילא, דרום פראנקרייך. די בריק איז א קעיבל סטעיד דעזיין און איז געבויט געווארן דורך אן ענגלישן ארכיטעקט און א פראנצויזישער בריק אינזשעניר. די בריק לויפט העכער א גרויסן טאל אין די טארן טייך און שפארט א לאנגע וועג ארום דעם טאל.

דער העכסטער זיין דעגרייכט 1,125 פיס (343 מעטער) וועלכע איז אביסל העכער ווי דער אייפעל טורעם און 125 פיס (38 מעטער) נידעריגער ווי די עמפייער סטעיט געביידע.

די בריק איז פארטיג געווארן אום דעצעמבער 2004 און איז איינגעשוואוירן געווארן מיט די אנוועזנהייט פון דעם דעמאלטדיגן פראנצויזישן פרעזידענט זשאק שיראק.

אנדערש ווי אלע בריקן וועלכע זענען געווענליך העכער א וואסער, איז די מילא וויאדוקט א בריק העכער א טאל און דערפאר פארמאגט עס מערערע שטאנגן. די בריק נעמט צוזאם צוויי געגענטער וועלכע זענען אפגעטיילט מיט א ריזיגע טאל וועלכע ווערט גערופן די טארן טאל צוליב די שמאלע טארן טייך וועלכע לויפט דארט אדורך. די בריק וועט באהעפטן די 75 מאטארוועי (הייעוועי) וועלכע לויפט צווישן פאריז און בארצעלאנאו, שפאניע וועלכע געפינט זיך אונטער פראנקרייך צו דרום. די מאטארוועי איז די איינציגסטע גרויסע הייעוועי וואס פירט צו אלע געגענטער נעבן דעם מיטללענדישן ים און פון דארט אריין קיין שפאניע. בעפאר די בריק איז געבויט געווארן האט מען געברויכט ארומפארן די טארן טאל וועלכע איז געווען אן אומוועג וואס האט געדויערט ביז 4 שטונדן אין די פארנומענע "ראוש אוער" צייט פון טאג. די בריק איז אן אלטער געדאנק וועלכע איז ענדליך צושטאנד געקומען נאכ'ן עס פארשלאגן צענדליגער מאל.

אויסער די צייט וואס די נייע בריק פארשפארט פאר דרייווער פארגרינגערט עס אויך די וועג צוליב די שווערע נעפל וואס הערשט ארום די טאל רוב טעג פון יאר. מאטאריסטן וועלכע נוצן דעם מאטארוועי אין די פריע שטונדן פלאגן זיך מיט די שווערע נעפל פאר א שטרעקע פון איבער 100 מייל. די בריק שפארט איין די גרעסטע טייל פון די נעפל ווען עס געדויערט איין מינוט דורכצופארן. די בריק זיצט העכער'ן טאל אייניג מיט די אויבערפלאך פון ביידע זייטן. ווען עס איז פאראן א נעפל קען מען נאר זען די 7 שפיצן פון די בריק וועלכע שטייען ארויס אין דער הייך מיט די הענגעדיגע שטריק פון ביידע זייטן. אויף א בילד זעט אויס ווי די בריק איז העכער די וואלקענעס אדער העכער גיגאנטישע ים כוואליעס.

די מילא וויאדוקט איז זייער ענליך צו די באקאנטע אזנאק בריק אין סידני, אויסטראליע, וועלכע איז געבויט אויפ'ן זעלבן דעזיין נאר אויף א קלענערן פארנעם. די אנזאק בריק איז נאר 1,200 פיס לאנג (דאס איז דירעקט א קורצע בריק) און איז די זעלבע הייך ווי יעדע אנדערע בריק. נאך א שטארקע חילוק איז, אז די אזנאק בריק שטייט שטענדיג אונטער א שיינע בלויע הימל וועלכע שפיגלט אפ אין די וואסער אונטער איר און די מילא וויאדוקט איז אויף א פארנעפלטע ארט און מען קען קוים זען די שיינקייט פון די בריק נאר אין געוויסע שטונדען פון טאג.

א בריק איבער א טאל איז בכלל נישט אזא אפטע זאך און עס זענען פאראן ווייניג איבער די וועלט. די מערסט באקאנטע בריק איבער א טאל געפינט זיך אין גואטעמאלא סיטי, גואטעמאלא (דרום אמעריקע), וועלכע איז זייער לאנג אבער איז נאך אלץ נישט געבוט אין פארעם פון א ריכטיגע בריק. די מילא וויאדוקט איז מער ווי א בריק אין א געוויסן זין טאקע צוליב די נעפל וואס הערשט דארט וואס מאכט עס אויסקוקן ווי עס וואלט געווען וואסער אונטער דעם.

אמאל האט א בריק געדויערט צו בויען אויסערגעווענליך לאנג צוליב איר קאמפליצירטן ארבעט און וויבאלד עס זענען נאך נישט געווען די ריכטיגע הייב מאשינען און אונטערוואסער שווימער האט מען געדארפט אויסארבעטן ספעציעלע וועגן וויאזוי אויפצושטעלן די בריקן. די מילא וויאדוקט האט אינגאנצן געדויערט 3 יאר צו בויען און איז פארענדיגט געווארן פריער ווי ארגינעל געפלאנט. עס זענען גענוצט געווארן די פארגעשריטענסטע הייב מאשינען וועלכע האבן ארויפגעלייגט די הונדערטער טויזענטער טאנען צעמענט איבער 1,000 פיס ארויף אין דער הייך. דאס אז די בריק איז געבויט העכער א טאל און נישט העכער א וואסער האט אסאך צוגעהאלפן צו די שנעלע ארבעט וויל די ארבעט אין וואסער ביי אלע בריקן איז א לאנגע פראדעצור.

די בריק איז דעזיינט געווארן דורך א פראנצויזישער אינדזשעניר מיט'ן נאמען מישעל ווירלאגאו וועלכער האט שוין געבויט עטליכע בריקן אין פראנקרייך און האט יארן צוריק אויסגעארבעט און פארראכטן די גאנצע ראוד סיסטעם אין טוניזיע. דער הויפט ארכיטעקט איז געווען אן ענגלישער מיט'ן נאמען לארד נארמען ראבערט פאסטער, אן אויסגעצייכנטער ארכיטעקט וועלכער האט געבויט צענדליגער וואלקן קראצער געביידעס און היסטארישע מוזעאםס אין אייראפע און אין אזיע.

די גאנצע בריק איז צוזאמענגעשטעלט פון אייזן און צעמענט וועלכע זענען אויסגעארבעט און צוגעשטעלט געווארן דורך 5 גרויסע אייראפעאישע פירמעס פאר די פאנסטאסטישע סומע פון 200 מיליאן פונט. די ארכיטעקטן האבן געזאגט אז די ארבעט איז געווען שווערער ווי געראכטן צוליב די געדיכטע נעפל וועלכע הערשט אין די געגענט אבער זיי האבן דאך באוויזן צו פארענדיגן די ארבעט שנעלער ווי דער ארגינעלער סקעדזשועל נאר ווייל עס איז נישט געווען קיין מאנגל אין געלט און מען האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט די ארבעט אפילו פאר א קורצע צייט.

די בריק איז געבויט 100 פראצענט גלייך מיט 7 שטאנגן אינדערמיט. יעדע שטאנג איז די אונטערשטע טייל געמאכט פון צעמענט און די די אויבערשטע טייל (העכערן בריק דעק) איז געמאכט פון סטיל. די העכערע טייל פון די שטאנגן זענען ווי צוויי באזונדערע שטאנגן אין די ברייט פון די דעקע און קומען זיך צוזאם ביים שפיץ. פון יעדע שטאנג קומען ארויס 22 אייזערנע שטריק, 11 צו יעדע זייט, וועלכע ליגן איינע פארענט פון די אנדערע אינמיטן פון די דעקע. צווישן איין שטאנג און די אנדערע איז פאראן 150 פיס אבער די שטריק דעקן איבער כמעט די גאנצע בריק וועלכע גיט איר א סאפיסטיקירטן אויסקוק.

דער פלאן צו בויען דעם בריק איז ערשט אויפגעקומען אין 87' און מען האט באלד אנגעהויבן ארבעטן אויף דעם. די ארבעט איז ארויסגעלייגט געווארן אויף א ליציטאציע און מער ווי 50 פירמעס ארום די וועלט האבן דעזיינט בלופרינטס פאר די אנדערהאלבן מייל לאנגער בריק. די קאנטראקט צו בויען איז אונטערגעשריבן געווארן אין מאי 01' און די ארבעט האט זיך אנגעהויבן 5 מאנאטן דערויף. אין נאוועמבער 03' איז שוין אלע 7 זיילן געווען פארענדיגט און די דעקע האט אנגעהויבן ארויפגעלייגט ווערן און איז פארטיג געווארן אין מעי 2003. די איבערגעבליבענע ארבעט איז געטאן געווארן אין 6 מאנאטן און די בריק איז אויספרובירט געווארן מיט א משא פון 920 טאן.

די בריק פארמאגט צוויי ברייטע ליניעס אויף ביידע זייטן וועלכע פארן כמעט 900 פיס העכער די קליינע טייכל וועלכע לויפט דארט אדורך (דאס איז בערך די הייך פון א 75 שטאקיגע געביידע). וויבאלד די ווינטן קענען דארט דעגרייכן 100 מייל פער שטונדע וועלכע וואלט געווען א סכנה פאר די אויטאס, האט מען געלייגט ספעציעלע סקרינס פון ביידע זייטן וועלכע רעדוצירן די ווינטן ביז 50 פראצענט.


נאמען = מילא וויאדוקט

ארט = מילא, פראנקרייך

בריק סארט = קעיבל סטעיד

בוי ארבייט = 38 מאנאטן. פון אקטאבער 16 01' ביז נאוועמבער 17 04'.

קאסט = 300 מיליאן ענגלישע פונט ($575,520,000.00).

דעזיינער = מישעל ווירלאגאו

ארכיטעקטור = לארד נארמען ראבערט פאסטער

לענג = אנדערהאלבן מייל (2400 מעטער אדער 2.4 קילאמעטער)

דעק ברייט = 111 פיס (32 מעטער)

דעק דיקיקייט = 13 פיס (4 מעטער)

העכסטע פונקט = 1,125 פיס (343 מעטער)

וואג = 290,000 טאן

זיילן = 7

שפאן צווישן איין זייל אין די אנדערע = 1,100 פיס (342 מעטער)

שפאן פון די צוויי זייטן = 670 פיס (204 מעטער)