לדלג לתוכן

מיינקראפט

פֿון װיקיפּעדיע

מיינקראַפֿט (ענגליש: Minecraft) איז א זאמדקאסטן ווידעא שפיל וואס איז געשאפן געווארן דורכן שוועדישער שפיל אנטוויקלער מארקוס פערסאן און פובליצירט געווארן דורך מאָדזשאַנג אין 2011. דער שפיל דערלויבט שפילער צו בויען מיט א סך פארשידענע בלאקן אין א דריי-דימענסיעדיקע ווירטואלע וועלט וואס דאַרפט שעפערישקייט פונעם שפילער. אנדערע אקטיוויטעטן אינעם שפיל זענען פארשונג, צונויפקלייב, האנטווערק און קעמפן קעגן באשעפענישן. עס זענען דא פארשידענע שפילמאָדן וואס טוישן דעם אויפפיר פונעם שפיל, אזוי ווי דער איבערלעבנמאָד (Survival) וואו דעם שפילער דאַרף קריגן רעסורסן צו בויען די וועלט און בלייבן געזונט, און דער קרעאַטיוומאָד (Creative, "שעפעריש") וואו דעם שפילער האט קיין גרענעצן איבער די רעסורסן צו בויען דערמיט. די דזשאַוואַ אויסגאבע פונעם שפיל דערלויבט שפילער צו ענדערן דעם שפיל מיט מאָדן צו שאפן נייע שפיל מעכאניק, זאכן, טעקסטורן און נאך. אין סעפטעמבער 2014 האט מייקראסאפט אנאנסירט א באשעפטיקונג צו קויפן מאָדזשאַנג און דער "מיינקראפט" קאנצעסיע פאר $2.5 ביליאן, און די איינשאפונג האט זיך געענדעט נאך צוויי מאנאטן.

"מיינקראפט" האט באקומען קריטישע לויבן און געוואונען א סך פריזן, און איז דעקלארירט געווארן אלס איינער פון די מערסט ווירקזאמע און גרעסטע ווידעא שפילן אין היסטאריע. סאציאלע מעדיע, פאַראָדיעס, אדאפטאציעס, פראדוקטן און דער MineCon קאנגרעס האבן געהאבן גרויסע ראלעס אינעם פאפולאריזאציע פונעם שפיל. אויך איז ער באנוצט געווען אין דערציערישע אומגעגנטן, בפרט אין קאמפיוטעריי סיסטעמען ווייל מען קען בויען ווירטואלע קאמפיוטערס און הארטווארג געצייג אין "מיינקראפט". אינעם מיטל פון 2018 איז ער געשפילט געווארן דורך בערך 91 מיליאן אקטיווע שפילער א מאנאט. אויך איז ער דער מערסט פארקויפטער ווידעא שפיל פון אלע צייטן, מיט מער ווי 176 מיליאן קאפיעס איבער אלע פלאטפארמעס אין מיי 2019. עס אויך זענען דא פארשידענע ספין-אף שפילן ווי "מיינקראפט: סטארי מאד", "מיינקראפט ערד" און "מיינקראפט טורמעס".

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מיינקראפט