פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 22
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון מוסטער:Portal:Current events/2007 פֿעברואַר 22)
- באקאנטער פערזעהנליכקייט אין גאלף ספארט, ליינט העסליכע לשון הרע קעגן זיך אין זיין אייגן וויקיפעדיע ביאגראפיע ארטיקל, קלאגט דירעקט אן דעם שרייבער, איינע פון די 20 קאמפיוטער פון א לויער פירמע, אין געריכט פאר פארלוימדונג, נישט קענענדיג אנקלאגן די וויקימעדיע פאונדאוציע איבער די אחריות פון די ארטיקל אויף וויקיפעדיע. (מיאמי)
- יתד נאמן אין לאנגען העסליכן ארטיקל אנטקעגן דעם מאדערן ארטאדאקס רבנים קאלעדזש, ישיבת חובבי תורה, איבער זייער מיסיע פון מאדערנעזירן די אראטאדאקסיע צו זיין מער אפען צו פלארעליזם. עס צולייגט די סטעיטמענטס פון זייערע פירער און תלמידים. פון זייער הויפט רב, ר' אבי ווייס אנטקעגן ר' דוד האלענדער דער היינט צייטיגער גרעסטער קעמפער קעגן ראפארם אידישקייט און קאנסערוועטיווער אידישקייט, ביז זייער ראש ישיבה, ר' דוד לינזער וואס פרעגט צו מען זאל בייגן די הלכה צו אקאמעדירן די היינטיגע אייניגע רעכטן פרינציפ?. און זיין פראבלעם מיט די מצווה פון מחיית עמלק. לויטן יתד נויגן זיי אוועק גאר ווייט אפילו פונעם וועג אין אידישקייט פון זייער אייגן רבי; ר' יוסף בער סאלאווייטשיק ז"ל, מיטן עפענען אן אינטער-רעליגיע דייאלאג מיט קריסטען איבער רעליגיע וואס ער האט בפירוש געאסערט. (ישיבה וועלט)
- צום 275'סטן געבורטס טאג פון אמעריקעס פאטער דזשארדזש וואשינגטאן, ליינט איבער זיין קשר מיט אידן און אידישקייט. (אלגעמיינער זשורנאל)
- שלום בערגער ערקלערט: דער אידישיסטישער אימפעריע איז אלעס געוועזן איין מענטש אלייןס אויפן וועלט, דר. מרדכי שעכטער (פארווארד)
- רב ווערט דערווייטערט פון זיין אייגן שול פאר 14 טאג צוליב דעם וואס ער איז א סכנה פאר מתפלל. (מעריב)
- איזראעל רוסישער מאגנאט גרינדעט א סאציאלער יוסטיץ באוועגונג וואס וועט שטיצן ביבי נתניהו איבערנעמען פירערשאפט פון מדינת ישראל. (וויינעט)
- אינעם נייעם אינטערנעט עפאכע, דאס מאנטעליטעט פון איגענט געטוישט; זיי שעמען זיך מיט גארנישט, און זייער גאנצער לעבן איז אויפגעדעקט פאר יעדן צו זעהן און ליינען. (ניו יארק מאגאזין)
- ביל געיטס דער מאדערן טאטע פונעם היינטיגען קאמפיוטער וועלט, געבט ארויס גזירה אויף זיין קינד: נישט מער צו פארברענגען פון 45 מינוט אויפן קאמפיוטער א טאג. (עי.פי.)
- מיטן וואוקס פון אינטערנעט טשעט טעכנעלאגיע וואקסט אויך די פראבלעם פון פעדעפיליע: שטודיע ווייזט אז 25 פראצענט פון קינדער זענען שוין געווארן באלעסטיגט פון פעדעפיילען, נאנט פון האלב האבן זיך שוין געטראפן פנים אל פנים מיט זייערע פעדעפייל רודפים. איצט קומט א ישועה פון אן אזיראעלי קאמפאני וואס איז געווארן אויסגעוועלט דורך די פעדעראלע רעגירונג צו ערצייגען א טעכנאלאגיע וואס וועט ווייזן ווי אלט די באנוצער איז, כדי קינדער זאלן וויסן אז זיי רעדן מיט איינער וואס איז נישט זייער יארגאנג. (סקופ)
- האטעל בוי אין אומאן נעבן קבר פון ר' נחמן ברסלב, צו אקאמדירן די פילע טויזענטע טוריסטען א יאר, צייטווייליג אפגעשטעלט נאך ארגומענט פון חרדים אז אונטער דעם געפינט זיך קברים. (הארץ)