מוסטער:אויסדערוועלטער נייעס ארטיקל
די מאנסי פלייש סקאנדאל האט פאסירט אין דער שטאט מאנסי, ניו יארק אין חודש אלול תשס"ו.
שבח פלייש
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין הצלחה גראסערי אין מאנסי איז געווען א פלייש געשעפט וואס האט געהייסען שבח פלייש וואס איז געווען אנגעפירט דורך משה פינקעל וואס ער האט אפגעדינגען א פלאץ ביי הצלחה גראסערי דארט צי פארקויפען זיין פלייש, שבח האט געקויפט פון אידישע שעכט הייזער ווי, וויינלאנד פלייש, קרית יואל פלייש, און שבח האט דאס איבערגעפאקט ביי זיך אין געשעפט אין ארויפגעשריבען אויפן פעקל זיין אייגענעם לעיבעל און פון ווי דאס פלייש קומט.
אויך איז ער געווען זייער גרויס אין האלסעיל ווייל רוב קעטערערס און שמחה זאלן אין מאנסי האבן גענומען זיין פלייש ווייל ער האט געגעבן א ביליגע פרייז.
אזוי איז דאס אנגעגאנגען א שיינע פאר יאר.
משה פינקעל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]משה פינקעל איז געווען דער בעה"ב פון שבח פלייש.ער איז א שטענדיגער מתפלל און ביהמ"ד פון הרב זימערמאן.